טשיקאַוועסן: די ערשטע פֿרומע ייִדישע בירגער־מײַסטערין אין אַמעריקעTidbits: The first female Orthodox Jewish mayor in the U.S
מישעל ווײַס, אַ רעפּובליקאַנערין, האָט געוווּנען די וואַלן אין יוניווערסיטי הײַטס — אַ טיף דעמאָקראַטישער פֿאָרשטאָט פֿון קליוולאַנד, אָהײַאָ

מישעל ווײַס איז דערוויילט געוואָרן פֿאַר בירגערמײַסטערין פֿון יוניווערסיטי הײַטס, אָהײַאָ Photo by micheleweiss4uh.com
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע האָט אַ פֿרומע ייִדישע פֿרוי דערגרייכט דעם אַמט פֿון בירגער־מײַסטער.
מישעל ווײַס, אַ רעפּובליקאַנערין וואָס האָט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר געדינט ווי אַ מיטגליד פֿונעם שטאָטראַט פֿון יוניווערסיטי הײַטס, אָהײַאָ — אַ פֿאָרשטאָט פֿון קליוולאַנד — האָט געוווּנען די וואַלן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די שטאָט איז טיף דעמאָקראַטיש־געשטימט.
דערצו האָט זי געוווּנען דעם פֿאַרמעסט מיט אַ ממשותדיקער מערהייט — מער ווי 56%. איר קאָנקורענט, דזשיי טשאָנסי האָטאָן, פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, האָט באַקומען 37%. אַ דריטער קאַנדידאַט, פֿיליפּ אַטקין, וואָס געהערט נישט צו קיין פּאַרטיי, האָט באַקומען 6%.
אין יוניווערסיטי הײַטס וווינען בערך 13,000 מענטשן.
ווײַס, אַ מאַמע און אַ באָבע וואָס וווינט אין דער שטאָט שוין 29 יאָר, האָט אָנגעהויבן איר פּאָליטישע טעטיקייט ווי אַ וואָלונטיר און האָט זיך אַרויפֿגעאַרבעט צו וויצע־בירגערמײַסטערין. במשך פֿון די יאָרן איז איר שם געוואַקסן אַ דאַנק איר פֿינאַנץ־דיסציפּלין, איר שטיצע פֿאַר אָפּהיטן די סבֿיבֿה און איר פֿאָקוס אויף פֿאַרבעסערן די אינפֿראַסטרוקטור.
ווײַס האָט געזאָגט אַז איר ערשטע פּריאָריטעט וועט זײַן צו היילן די פּאָליטישע שפּאַלטונג אין דער שטאָט־רעגירונג. זי האָט קריטיקירט די פֿריִערדיקע אַדמיניסטראַציע פֿאַרן שאַפֿן אַ שפּאַנונג צווישן דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער און האָט געזאָגט, אַז זי האָפֿט אויפֿצוריכטן אַ געפֿיל פֿון צוזאַמענאַרבעט, בעת זי נעמט זיך אונטער עטלעכע גרויסע אינפֿראַסטרוקטור־פּראָיעקטן.
אין אַ צײַט פֿון שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ווײַס באַטאָנט אַז מע מוז פֿאַרבעסערן די קאָאָפּעראַציע צווישן דער פּאָליציי און דער זיכערהייט־דינסט בײַ קליוולאַנדס ייִדישער פֿעדעראַציע. זי האָט אויך געזאָגט אַז ס׳איז וויכטיק צו באַשיצן די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון דער שטאָט־באַפֿעלקערונג. אין איין ראַיאָן פֿון צוויי קוואַדראַט־מײַל געפֿינען זיך נישט ווייניקער ווי 17 עטנישע גרופּעס.
ווײַס האָפֿט אַז איר דערוויילט ווערן וועט אינספּירירן אַנדערע פֿרומע ייִדישע פֿרויען צו קאַנדידירן אויף אַ פּאָליטישן אַמט. „איר קענט ווײַטער לעבן לויט אײַערע ווערטן בשעת איר דינט די רעגירונג,“ האָט זי געזאָגט.
כּדי צו לייענען דעם אַרטיקל אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.
In order to read this article in English, click here.