פֿאַר וואָס הערט מען ניט וועגן דעם גלעצנדיקן וווּקס פֿון דער ישׂראל־בערזע? Why aren’t we hearing about the dramatic growth of the Israeli stock market?
וואָלט דער אָפּרוף געווען אַנדערש, ווען דער ציל פֿון די טעראָריסטן וואָלט ניט געווען ייִדן, נאָר אַן אַנדער גרופּע?

צוויי פֿרויען באַוויינען די קרבנות פֿונעם שיסערײַ אויף דער חנוכּה־מסיבה, לעבן דעם באָנדי־פּאַוויליאָן, אין סידני, אויסטאַרליע, דעם 16טן דעצעמבער Photo by Audrey Richardson/Getty Images
דאָס איז אַן איבערזעצונג פֿונעם ענגלישן אַרטיקל, וואָס איר קענט לייענען דאָ
דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָב איך געלייענט וועגן דעם אויסערגעוויינטלעכן וווּקס פֿון דער ישׂראלדיקער בערזע זינט דעם 7טן אָקטאָבער — היפּש בעסער ווי דער אויפֿשטײַג פֿון דער אַמעריקאַנער בערזע.
די 35 ישׂראלדיקע אַקציעס מיטן גרעסטן ווערט זענען זינט דעם 7טן אָקטאָבער געוואַקסן מיט נישט ווייניקער ווי 90 פּראָצענט. במשך פֿון דער זעלבער צײַט איז די אַמעריקאַנער בערזע געשטיגן מיט 60 פּראָצענט.
ס׳איז מיר געווען אַ חידוש פֿאַר וואָס איך האָב פֿריִער נישט געהערט וועגן דעם. דערנאָך האָב איך געלייענט וואָס דער פֿאָרזיצער פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער בערזע, יודזשין קאַנדעל, האָט געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט דער אינוועסטאָרן־צײַטונג Investors Business Daily.
„ישׂראל איז באַפֿאַלן געוואָרן, און ווערט נאָך אַלץ באַפֿאַלן פֿון אידעאָלאָגן, וואָס פֿינאַנצירן ריזיקע קאַמפּאַניעס קעגן אונדז,“ האָט קאַנדעל געזאָגט. „אָבער אַפֿילו במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר, האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט ישׂראלס צוזאַמענאַרבעט מיט אַזוי פֿיל אָרגאַניזאַציעס, פֿירמעס, רעגירונגען און אינוועסטאָרן, נישט געקוקט אויף די דראָונגען און פּראָטעסטן קעגן איר.“
פֿאַר וואָס הערן מיר נישט וועגן אָט די קאָלאַבאָראַציעס?
כ׳האָב גענומען זוכן מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אָבער פּלוצלינג האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דעם שיסערײַ אויף דער חנוכּה־מסיבה אין באָנדי־ביטש, אויסטראַליע. מיט אַ מאָל איז בײַ מיר פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די שבת־מנוחה, ווי אויך מײַן גריבלען זיך אין די פּרטים וועגן ישׂראלס עקאָנאָמישער צוזאַמענאַרבעט.
איך האָב שוין פֿריִער געקלערט וועגן דעם וואָס טעראָריסטן איבער דער וועלט ווייסן גענוי די דאַטעס פֿון אַלע ייִדישע יום־טובֿים. דאָס וואָס די לעצטע שחיטה איז דורכגעפֿירט געוואָרן חנוכּה איז נישט געווען קיין צופֿאַל, און ייִדן איבער דער וועלט ווייסן דאָס גוט.
מיר לעבן איצט איבער אַ לאַנגע קאַמפּאַניע צו ווירקן אויף ייִדן, זיי זאָלן מורא האָבן זיך אויסצולעבן ווי ייִדן. די אַטאַקן אויף ייִדישע יום־טובֿים זענען אַ מיטל אָפּצומעקן ייִדישע פֿרייד, אָפּצומוטיקן ייִדן פֿון היטן ייִדישע טראַדיציעס און אינעם פֿאַל פֿון חנוכּה — אָפּצוּווישן די ייִדישע געשיכטע.
און אפֿשר איז דאָס אויך אַ קאַמפּאַניע צו מינימיזירן די אויפֿטוען פֿון דער ייִדישער מדינה.
עטלעכע פּאָליטיקער האָבן דאָס שוין באַמערקט
עטלעכע פּאָליטיקער האָבן שוין אָנגעהויבן זיך פֿאַרנעמען מיט דעם ענין. ברײַען מאַסט, אַ רעפּרעזענטאַנט אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿון אויסלענדישע ענינים בײַם רעפּרעזענטאַנטן־הויז און אַ פֿלאָרידער רעפּובליקאַנער, האָט געזאָגט אַז ער זעט „אַ ספּעציפֿישע נעץ פֿון גרופּעס, וואָס קאָלאַבאָרירן צו פֿאַרזייען אַנטיסעמיטיזם איבער דער מעדיאַ, סײַ בײַם לינקן לאַגער סײַ בײַם רעכטן, כּדי צו שטערן די באַציִונגען.“
מיט „באַציִונגען“ מיינט ער די צוזאַמענאַרבעט צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל.
רעדנדיק אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן אַנטיסעמיטיזם געשטיצט פֿונעם „האָדסאָן־אינסטיטוט“, האָט מאַסט באַצייכנט די נעץ ווי „זייער אַן ערנסטע גלאָבאַלע סכּנה, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך איבער פֿיל־לענדיקע אָרגאַניזאַציעס, דער גלאָבאַלער מעדיאַ, אונדזערע קעגנערס און טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס.“
ווען ער האָט דערמאָנט דאָס וואָרט „מעדיאַ“, האָב איך גלײַך געטראַכט וועגן דעם וואָס כּמעט קיינער האָט נישט געשריבן וועגן דעם אוגעריכטן וווּקס פֿון דער ישׂראלדיקער בערזע און דעם כּוח פֿון די ישׂראלדיקע אַקציעס.
אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן
ס׳קלינגט אפֿשר מאָדנע אָבער לייענענדיק מאַסטס באַמערקונגען איז מיר אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרצן. איך האָב אָפּגעאָטעמט, הערנדיק ווי עמעצער באַשטעטיקט אָט דעם פֿענאָמען, כאָטש איך בין נישט זיכער אַז דאָס וואָרט „נעץ“ איז נישט אַקוראַט.
די וואָך בין איך בײַגעווען אויף אַן אומסעקטאַנטישער מסיבה לכּבֿוד די סוף־יאָריקע פֿײַערונגען, און קיינער האָט גאָרנישט דערמאָנט וועגן דעם שיסערײַ אין אויסטראַליע. ס׳איז מיר געווען אַ חידוש. צי וואָלט דער שמועס אויף דער מסיבה געווען אַנדערש, ווען מע וואָלט באַשאָסן אַ גרופּע מענטשן וואָס צינדן אָן אַ קאָמונאַלן ניטלבוים? וואָס וואָלט געווען דער שמועס אויב דער ציל פֿון די טעראָריסטן וואָלט געווען אַן אַנדער גרופּע, נישט די ייִדן?
ס׳איז שווער צו גלייבן אַז יעדער וואָלט געשוויגן; אַז קיינער וואָלט עס נישט אָנערקענט; אַז אין אַ צימער געפּאַקט מיט מענטשן וואָס אַרבעטן טאָג־טעגלעך מיט ווערטער זאָל קיינער נישט אַרויסרעדן קיין וואָרט וועגן דעם.
די דראָונג איז נישט בלויז די דראָונג וואָס דער רעפּרעזענטאַנט מאַסט האָט באַשריבן, אָדער די דראָונג וואָס קאַנדעל האָט באַשריבן. פּונקט אַזאַ סכּנה אויך דאָס שווײַגן — אַ שווײַגן וואָס איז אַזוי בולט אַז מע קען עס זען ווי אַ ליכטל אין דער פֿינצטער.
ווי אַזוי מע דאַרף רעאַגירן אויף דעם שווײַגן
איך ווייס אַליין נישט ווי מע דאַרף רעאַגירן אויף אַזאַ שווײַגעניש אָבער אפֿשר ווייסן קליגערע מענטשן פֿון מיר, וואָס מע דאַרף טאָן.
נעכטן שפּעט בײַ נאַכט האָב איך דערזען ווי עס פֿאָרט פֿאַרבײַ אויפֿן „ניו־יאָרק סטייט טרוּוויי“ (אַ באַקאַנטן ניו־יאָרקער שאָסיי) אַ לאַנגע ריי אויטאָס מיט חנוכּה־לעמפּ אויף די דעכער. די ריי אויטאָס האָט זיך געצויגן און געצויגן. דער שטילער באַטײַט איז געווען: „האָט נישט קיין מורא.“ בײַ מיר איז דאָס קלאָר געווען אַן אָפּרוף אויף „באָנדי־ביטש“.
איך האָף אַז מע צינדט איצט מער חנוכּה־לעמפּ, נישט ווייניקער, ווי פֿריִער. איך האָף אויך אַז מיר קענען אין דער ליכטיקייט אַנטפּלעקן די כּלערליי שיכטן פֿון אמת. אַ מאָל קענען אָט די שיכטן רעפּרעזענטירן סײַ אַ געזונטע דאָזע רעאַליטעט, סײַ אַן אַנטימיטל קעגן ייִאוש.
יאָ, אַ טאַטע און אַ זון זענען באַפֿאַלן די ייִדן אין אַ ייִדישן יום־טובֿ. ס׳איז אָבער אויך וויכטיק און אמת, אַז אַ נישט־באַוואָפֿנטער מוסולמענישער טאַטע און פֿרוכט־פֿאַרקויפֿער מיטן נאָמען אַכמעד אַל אַכמעד האָט געשפּרונגען אויף איינעם פֿון די טעראָריסטן און אַ דאַנק דעם אָן שום ספֿק געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון אַ סך מענטשן.
דער ווידעאָ פֿון זײַן העלדישן אַקט דאַרף יעדער איינער זען. עס דערמאָנט אונדז אַז אפֿשר איז אויך דאָ אַן אַנדער „נעץ“ פֿון מענטשן וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן אַזאַ שׂינאה. אַכמעד אַל אַכמעד האָט אונדז באַוויזן דעם כּוח פֿון אַ יחיד, און דעם כּוח פֿון איין שיכט פֿונעם אמת.
וואָס שייך דעם שווײַגן וועגן די ישׂראלדיקע פֿירמעס וואָס האָבן מצליח געווען, נישט געקוקט אויף דער מלחמה און די בויקאָטן; וואָס האָבן געהאָלפֿן פֿאַרהעכערן דעם אינדעקס מיט 90 פּראָצענט זינט דעם ערגסטן טאָג אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; וואָס האָבן נישט אויפֿגעהערט זייער מיטאַרבעט מיט שותּפֿים איבער דער וועלט, נישט געקוקט אויף דער קאַמפּאַניע זי אויסצושליסן — אַפֿילו אין דער פֿינצטערניש, אַפֿילו דורכן שווײַגעניש, זײַ וויסן, ישׂראל: מיר זעען דיך.
אַבֿיה קושנער איז די שפּראַך־קאָלומניסטקע פֿונעם „פֿאָרוואַרד“