Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יהודה גור-אריה און שירי שפּירא געווינען רובינליכט־פּריז פֿאַר ליטעראַטורYehuda Gur-Arye and Shiri Shapira win Rubinlicht Prize for Literature

די רובינליכט־פֿונדאַציע טיילט צו יערלעכע פּרעמיעס פֿאַר ליטעראַרישער און קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש און לטובֿת ייִדיש.

דער אָנגעזעענער פּאָעט און רעדאַקטאָר יהודה גור־אריה און די טאַלאַנטירטע שרײַבערין שירי שפּירא זענען הײַיאָר געוואָרן די לאַורעאַטן פֿון דעם רובינליכט־פּריז. די אויסטיילונג פֿון די פּריזן איז פֿאָרגעקומען דורך זום דעם 16טן דעצעמבער.

די פּרעמיע ווערט געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ און לייב רובינליכט, וועלכער איז אַליין געווען אַ ייִדישער פּאָעט. די פֿונדאַציע, וואָס איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1986, טיילט צו יערלעכע פּרעמיעס פֿאַר ליטעראַרישער און קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש און לטובֿת ייִדיש.

יהודה גור-אריה איז אַ פּאָעט, איבערזעצער און רעדאַקטאָר אין ייִדיש און אין העברעיִש. אַ געבוירענער אין בעסאַראַביע אין 1934 האָט ער דורכגעמאַכט דרײַ יאָר אין טראַנסניסטריע. ער האָט יונגערהייט עולה געווען און זיך באַזעצט אין אלומות, אין עמק הירדן. צענדליקער ביכער האָט ער איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, רומעניש און רוסיש. צו זײַן ליד „כפֿל“ האָט נחום היימאַן קאָמפּאָנירט מוזיק און דאָס ליד האָט געזונגען די באַרימטע זינגערין חוה אַלבערשטיין.

אַ גרויסע צאָל ביכער האָט גור־אריה אַרויסגעגעבן; צווישן זיי — „זערורים“, „לידער אין בלוי“, „מיניאַטורן“ (1966); „שבחי קיץ“, לידער (1978); „תעלולי טלי“, דערציילונגען פֿאַר קינדער (1983); „צבעי פרפר“, לידער און אַ צאָל אַנדערע ווערק.

ער האָט אויף העברעיִש איבערגעזעצט ייִדישע ווערק פֿון עלי שעכטמאַן, לייב ראָכמאַן, יצחק באַשעוויס-זינגער, מרים יהבֿ, יהושע פּערלאַ, יענטע מאַש, ש. ל. שנײַדערמאַן, י. י. טרונק און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, ווי אויך אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע אַרבעטער־לידער און יאַפּאַנישע לידער.

דער זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿון טובֿה רעשטיק-דודזאָן, רוני כּהן און דניאל גלאי יהודה גור-אריה, האָט געמאָלדן אַז יהודה גור-אריהן האָט פֿאַרדינט דעם פּריז צוליב „זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען אויף עטלעכע זשאַנערן ווי דיכטונג, פּראָזע און דערציילונגען, זײַנע פֿאַרשידנאַרטיקע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, רומעניש און רוסיש וועלכע האָבן באַרײַכערט אונדזער ליטעראַטור, און זײַן אַלגעמיינעם בײַטראָג במשך יאָרן צום קולטור-לעבן אין ישׂראל.“

יהודה גור־אַריה Courtesy of the Gur-Arye Family

שירי שפּירא איז אַ יונגע ייִדיש-פּראָזאַיִקערין וואָס איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אין 1987 און וווינט הײַנט אין ירושלים. די טעג איז זי אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם בן-גוריון אוניווערסיטעט, וווּ זי לערנט אויך ייִדיש-קלאַסן. זי האָט אויף העברעיִש איבערגעזעצט די ראָמאַנען פֿון מאַקסים בילער, מאַרלען האַוסהאָפֿער, רות אָזעקי און ריטשאַרד פאַווערס, און טעקסטן פֿון פֿרידריך העלדערלין, דניאל קעלמאַן, ישׂראל ראַבאָן און דבֿורה פֿאָגעל. זי איז אויך אַ רעדאַקטאָרשע אין „המוסך“, אַ העברעיִשן ליטעראַטור־זשורנאַל. אירע ייִדישע דערציילונגען זענען געדרוקט געוואָרן אין די זשורנאַלן „ייִדישלאַנד“, „אויפֿן שוועל“ און „די גאָלדענע פּאַווע“.

הײַיאָר דערשײַנט אין לייוויק-פֿאַרלאַג איר ערשטלינג „די צוקונפֿט“, אַ באַנד דערציילונגען. אַ טייל פון זיי זענען געדרוקט געוואָרן אין ליטעראַרישע זשורנאַלן און אַנדערע זענען אין גאַנצן נײַע שאַפֿונגען. דאָס בוך איז אַן אויסדרוק פֿון אַ פֿרוי, אַ שרײַבערין, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין ישׂראל מיט אַלע אירע טראַוומעס און קאָנפֿליקטן, און אַ טיפֿן גלויבן אין דער צוקונפֿט.

דער זשורי האָט געזאָגט אַז שפּירא האָט פֿאַרדינט דעם פּריז „פֿאַר אירע ליטעראַרישע, אייגנאַרטיקע שאַפֿונגען וועלכע שטיצן זיך אויף טיפֿע קענטענישן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, מיט די פֿאַרשידענע קוואַלן פֿון וועלכע זי שעפּט אַ זעלטענע אַטמאָספֿער און אינספּיראַציע.“

אין איר דאַנקרעדע בײַם באַקומען די פּרעמיע האָט שפּירא אָפֿן־האַרציק אויסגעדריקט אירע געדאַנקען:

„איך פֿיל זיך אַ ביסל אומגעלומפּערט באַקומענדיק אַ פּרעמיע, בפֿרט ווי אַ שרײַבערין וואָס פּובליקירט אַ בוך אויף אַ שפּראַך וואָס איז ניט איר מאַמע-לשון. אָבער איך האָב אַ חשד, אַז אַלע דורות ייִדישע שרײַבערס האָבן זיך געפֿילט ניט באַהאַוונט אין עפּעס אַ זאַך. מסתּמא האָבן זיך ס׳רובֿ פֿון זיי גאָר היימיש געפֿילט אויף מאַמע-לשון, אָבער אָפֿט זענען זיי געווען מענטשן וואָס האָבן געדאַרפֿט זיך שאַפֿן אַ נײַע היים, און אַ נײַע אידענטיטעט, אַ מאָדערנע, אַ וועלטלעכע. אַזאַ פּאָזיציע איז בדרך-כּלל אַ טייל פֿונעם זײַן אַ קינסטלער, און אַ שרײַבער בפֿרט. און גיכער – זי איז אַ טייל פֿונעם ווערן אַ קינסטלער. די אומזיכערע צוגעהעריקייט איז אויך אַ מין אומגעלומפּערטקייט, און אויך אַ שעפֿערישע קראַפֿט. איך אַליין פּרוּוו זי אויסצוניצן ווען איך שרײַב אויף אַ שפּראַך אין וועלכער איך בין נאָך אַלץ אַ גאַסט.

„עס איז ניט גענוג צו זײַן אַ גאַסט אין אַ נאָך אומבאַקאַנטער שטוב. אַ נײַער קינסטלער דאַרף זײַן אַן אָנגעלייגטער גאַסט, אָדער בקיצור – מע דאַרף אַן עולם. דער זשורי פֿונעם רובינליכט-פּריז גיט מיר אַזוי אַ מין צוזאָג אויף אַן עולם. דאָס צוטיילן דעם פּריז אויך יהודה גור-אריה, אַ שרײַבער און איבערזעצער פֿונעם עלטערן דור, איז פֿאַר מיר אויך אַ צוזאָג אַז דער עולם וויל נאָך בלײַבן אויף לאַנגע יאָרן. איך וויל דאָ אויסדריקן אַ האַרציקן דאַנק פֿאַר אָט דער פֿאַרבעטונג, און אויך אַ האָפֿענונג אַז ווײַטערע אָנגעלייגטע געסט וועלן נאָך אָנקומען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, און אַז זיי וועלן נאָך בלײַבן.“

         

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.