ווידעאָ: אַטקיאָר מײַק בורשטין שמועסט אויף ייִדיש בעת אַן איראַקער סעודה VIDEO: Actor Mike Burstyn chats in Yiddish during an Iraqi feast
ער און פּערלאַ קאַרני פֿאַרזוכן געשמאַקע פּאָטראַוועס, וואָס זענען גאָר אַנדערש פֿון דער אַשכּנזישער קיך

ניקאָלאַס ניסים, ווואָס האָט צוגעגרייט די סעודה, מיט פּערלאַ קאַרני (רעכטס) און מײַק בורשטיין Courtesy of the Jewish Broadcasting Service
אין 2022 האָט דער פֿאָרווערטס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, וווּ דער ייִדישער אַקטיאָר מײַק בורשטיין און זײַן פֿרײַנדינע פּערלאַ קאַרני שמועסן אויף ייִדיש בעת זיי עסן אין „פֿאַקטאָרס פֿיימאָס דעלי“ אין לאָס־אַנדזשעלעס.
עטלעכע לייענער האָבן דעמאָלט געזאָגט אַז זיי האָבן הנאה געהאַט פֿונעם ווידעאָ ווײַל, ווי איינער האָט געשריבן: „ס׳האָט מיך דערמאָנט אין די קינדעריאָרן ווען איך פֿלעג זיך אונטערהערן ווי מײַנע קרובֿים רעדן ייִדיש צווישן זיך.“
זינט דעמאָלט זענען אַרויס עטלעכע אַנדערע ווידעאָס, וווּ זיי עסן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן און שמועסן בשעת־מעשׂה אויף מאַמע־לשון.
איצט האָט מען זיי פֿילמירט בעת אַ סעודה פֿון איראַקישע פּאָטראַוועס צוגעגרייט פֿון אַ יונגערמאַן, ניקאָלאַס ניסים, וואָס רעדט אַליין ייִדיש.
דער ווידעאָ, וואָס ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן טעלעוויזיע־קאַנאַל JBS.