די פּרעכטיקע אַטקריסע אינעם ייִדישן פֿילם „על חטא“The exceptional actress in the Yiddish film ‘I Have Sinned’
רחל האָלצער, וואָס איז פֿריִער געווען אין דער ווילנער טרופּע, שפּילט דאָ אַ ראָלע וואָס איז דעמאָלט געווען אַ פֿאַרבאָטענע טעמע

רחל האָלצער אין דער ראָלע פֿון אסתּר אינעם פֿילם „על חטא“ (1936) Photo by imdb.com
איינער פֿון די פֿילמען וואָס מע ווײַזט די וואָך ווי אַ טייל פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל איז דער פּרעכטיקער ייִדישער פֿילם ,,על חטא“.
דער פֿילם, וואָס איז געמאַכט געוואָרן אין פּוילן אין 1936, איז געווען אַ וויכטיקע דערגרייכונג אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן קינאָ. ער איז געווען דער ערשטער ייִדישער פֿילם מיט קלאַנג און דיאַלאָג, און האָט אויך געשילדערט אַ גאָר מאָדערנע טעמע.
איך האָב אַליין געזען דעם פֿילם אויפֿן מעלבורנער „דשיף“ אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין אָקטאָבער 2025, און ער האָט אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק. עס שילדערט נישט בלויז דאָס ייִדישע לעבן אין שטעטל, די ראָלע פֿון רעליגיע אין טאָג-טעגלעכן לעבן, די מנהגים און די שוועריקייטן פֿון די שטעטל־ייִדן, נאָר אויך ווי פּראָגרעסיוו און בראַוו איז געווען דער אויסבליק פֿון די שרײַבער און אָנטיילנעמער אין ייִדישן טעאַטער און פֿילם אין יענער צײַט.
דער רעזשיסאָר, אַלעקסאַנדער מאַרטען, און די שפּילער האָבן נישט מורא געהאַט אָפֿענערהייט צו באַטראַכטן אַ טעמע וואָס איז דעמאָלט געווען פֿאַרבאָטן. דער פֿילם דערציילט ווי אסתּר, אַ יונגע טאָכטער פֿונעם שטעטל רבֿ, פֿאַרשוואַנגערט מיט אַן אָפֿיציר פֿון אַרמיי. דער פֿילם באַשרײַבט אירע שוועריקייטן און קאָנפֿליקטן אַלס אַ נישט־חתונה געהאַטע, וואָס זי באַשליסט צו טאָן און וואָס געשעט ווײַטער. די באַרימטע קאָמיקער דזשיגאַן און שומאַכער שפּילן דאָ הױפּט־ראָלעס. מיר זײַנען צוגעװוּינט צו זען דזשיגאַן און שומאַכער אין סלעפּסטיק און קאָמישע שטיק. דאָ אָבער זעען מיר אַ טיפֿערן אויסטײַטש אין זייער אויסשפּילונג — קאָמעדיע געמישט מיט דראַמע און איידלקייט.
די הױפּט־ראָלע פֿון אסתּר שפּילט די אויסגעצייכנטע אַקטריסע רחל האָלצער. דאָ באַװײַזט זי מיט האַרץ און געפֿיל, פֿאַרװאָס זי איז געװאָרן אַ װעלט־באַרימטע ייִדישע אַקטריסע. איר אויסטײַטש איז פּרעכטיק און רירנדיק. עס איז װערט קוקן דעם פֿילם פּשוט צו זען און אָנערקענען איר ראָלע.
רחל האָלצער איז געװען אַ הױפּט־שפּילער און רעזשיסאָר אינעם נאַציאָנאַלן פּױלישן טעאַטער, און אויך אין דער װילנער טרופּע. אין „על חטא“ איז זי שוין געווען אין די יונגע דרײַסיקער, נאָר זי שפּילט דאָ סײַ די ראָלע פֿון אסתּר ווי אַ יונג מײדל, סײַ אסתּר ווי אַן עלטערע פֿרױ. אין 1939, דרײַ יאָר נאָך דעם וואָס „על־חטא“ איז אַרױס, איז רחל געװען מיט איר מאַן, דעם באַקאַנטן דראַמאַטורג חיים ראָזענשטיין, אין מעלבורן ווי טייל פֿון אַ װעלט־טור. זײ זײַנען געקומען כּדי צו שטעלן איר סאָלאָ־פּיעסע, װען עס איז אױסגעבראָכן די צװײטע װעלט־מלחמה, און זײ האָבן נישט געקענט זיך אומקערן קײן פּױלן. אַ דאַנק זייער זײַן אין אויסטראַליע זענען זײ געראַטעװעט געוואָרן פֿון דעם חורבן, און זײַנען ביז זייער טױט געבליבן אין מעלבורן.
אין אױסטראַליע איז רחל האָלצער אויפֿגעטראָטן אױף די גרעסטע בינעס מיט גרויסן דערפֿאָלג. אין 1940 האָט זי, צוזאַמען מיט יעקבֿ װײַסליץ, געשאַפֿן דעם „דוד הערמאַן טעאַטער“ אין מעלבורן וואָס איז געבליבן אַקטיוו מער ווי פֿערציק יאָר. זי האָט אױך ווײַטער געשפּילט אין סאָלאָ־פֿאָרשטעלונגען. זעקס טויזנט מענטשן האָבן זי למשל געהערט רעציטירן יעווגעני יעווטאָשענקאָס ליד „באַבי־יאַר“ אינעם מעלבורנער שטאָטזאַל. צווישן זיי: יעווטאָשענקאָ אַליין. די וועלכע האָבן עס געזען און געהערט האָבן געזאָגט אַז עס איז געווען, ווי אַלע אירע פֿאָרשטעלונגען, אומפֿאַרגעסלעך.
איך האָב נישט געקענט רחל האָלצערן ווי אַ יונגע אַטקריסע, און געדענק זי נאָר אַלס אַן עלטערע פֿרױ. אָבער זי האָט קײנמאָל נישט פֿאַרלױרן איר עלעגאַנץ, איר שײנקײט. זי איז געװען די מלכּה פֿון דער ייִדישער טעאַטער און איז געבליבן אַ מלכּה, אַפֿילו אין אירע נײַנציקער, ווען איך האָב זי באַזוכט אין אַ מושבֿ-זקנים.
איך האָב אויך געהאַט אַ פּערזענלעכן שײַכות צו רחל האָלצער. איר מאַן, חיים ראָזענשטיין, איז געװען דער ברודער פֿון מײַן באָבעס מאַן, מאָטל ראָזענשטיין. נישט געקוקט אויף דעם װאָס חיים און מאָטל זײַנען בײדע געשטאָרבן איידער איך בין נאָך געווען אויף דער וועלט, האָב איך געװוּסט אַז זי איז אַ װײַטע קרובֿה, און איך פֿלעג זי זען אינעם ייִדישן קולטור־קלוב אין מעלבורן, „קדימה“, אָדער בײַ מײַנע עלטערן. און אַוודאי אויך אויף דער בינע.
ווען איך בין געווען דרײַצן יאָר אַלט האָב איך געהאַט אַ ספּעציעלע איבערלעבונג מיט איר. מיר זײַנען ביידע געווען אין „קדימה“, אינעם גרױסן זאַל װוּ מע האָט אָפֿט געשפּילט ייִדישן טעאַטער. איך האָב רעציטירט אַ דראַמאַטישע פּאָעמע אויף דער בינע. נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז רחל האָלצער צוגעקומען צו מיר, מיך אָנגעכאַפּט בײַ דער האַנט, און מיט אַ שמײכל פֿון נחת געזאָגט: „דו ביסט מײַן משפּחה, דו ביסט מײַן משפּחה!“ אַזאַ כּבֿוד פֿון דער קעניגין פֿון ייִדישן טעאַטער האָב איך נישט דערװאַרט! איך האָב דעמאָלט נישט פֿאַרשטאַנען די גרױסע מתּנה װאָס זי האָט מיר געגעבן מיט די װערטער. איך וועל דאָס קײנמאָל נישט פֿאַרגעסן.
דער גרױסער זאַל און די בינע זענען הײַנט אַן אַלגעמיינער קינאָ־הויז. װען איך האָב אין נאָוועמבער דאָרט געקוקט דעם פֿילם „על חטא“, בין איך געזעסן ממש נאָר אַ פּאָר רײען פֿונעם אָרט, וווּ רחל האָלצער האָט אַמאָל גענומען מײַן האַנט און מיך אַזוי וואַרעם באַגריסט.
פֿאַר די פֿון אײַך וואָס וועלן דעם זונטיק זען „על חטא“ אויפֿן ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל, װעט איר האָבן אַ געלעגנהײט אַליין צו זען רחל האָלצערס וווּנדערלעכן טאַלאַנט ווי אַן אַקטריסע. דאָס אַליין איז ווערט דאָס גאַנצע געלט.