פֿאָרווערטס־פּאָדקאַסט, קאַפּיטל צוויי: ליבעForverts podcast, episode two: ‘Seeking love,’ has dropped
דער פּאָדקאַסט גיט איצט אויך אָן די לינקס צו די געדרוקטע אַרטיקלען וואָס ווערן פֿאָרגעלייענט.

Photo by pixnio.com
דער פֿאָרווערטס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דעם צווייטן קאַפּיטל פֿונעם ייִדישן פּאָדקאַסט, Yiddish With Rukhl. דאָס מאָל איז די טעמע „ליבע“. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז זי געווען קאַווע.
אין דעם קאַפּיטל לייענט שׂרה־רחל שעכטער פֿאָר צוויי אַרטיקלען, „וואָס ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע האָבן אַנטדעקט וועגן ליבע“ פֿון לאָראַ שאָ פֿראַנק, און „אַ געראָטענע שדכנטע באַקענט מיך מיט אַ פּסיכיאַטער“ פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב.
עטלעכע צוהערער האָבן פֿירגעלייגט, מע זאָל אויך צוגעבן די לינקס צום געדרוקטן טעקסט פֿון די אַרטיקלען, האָבן מיר דאָס געטאָן. אויב איר ווילט לייענען דעם טעקסט פֿון די אַרטיקלען, גיט אַ קוועטש דאָ און קוקט אונטן בײַם סוף פֿון דער זײַט.
אין דעם וואָכיקן פּאָדקאַסט לייענט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער פֿאָר געקליבענע אַרטיקלען וואָס דער פֿאָרווערטס האָט געדרוקט במשך פֿון די יאָרן. זינט מע האָט לאַנצירט די סעריע דעם 12טן יאַנואַר האָט מען אים שוין אַראָפּגעלאָדן מער ווי 1,500 מאָל.
דערווײַל איז דער פּאָדקאַסט בלויז אַ פּראָבע פֿון פֿינעף קאַפּיטלען. אויב ס׳וועט ווײַטער וואַקסן דער אינטערעס צו אים, וועט ער ווערן אַ געוויינטלעכער טייל פֿונעם פֿאָרווערטס.
טאָמער האָט איר קאָמענטאַרן אָדער פֿאָרלייגן, שרײַבט אַ בריוול דעם פֿאָרווערטס: [email protected]