Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַע זאַמלונג לידעלעך און שפּילן פֿאַר קינדער (און ייִדיש־סטודענטן!)A new collection of Yiddish rhymes and games for children (and Yiddish students!)

די דיגיטאַלישע זאַמלונג געפֿינט זיך אין אַ גוגל דאָקומענט, וואָס דער לייענער קען עפֿענען צו יעדער געלעגנהייט.

עס קומט באַלד צו גיין דער יום־טובֿ פּורים, האָב איך פֿאַר אײַך לייענער צוגעגרײט שלח־מנות: אַ גוגל־דאָקומענט מיט מאַטעריאַלן פֿאַר קינדער און תּלמידים, געשעפּטע סײַ פֿון עלטערע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען, סײַ פֿון שאַפֿונגען פֿון דער נײַערער צײַט. ער געפֿינט זיך דאָ. װײַטער קענט איר לײענען פֿאַר װאָס איך האָב זיך אונטערגענומען אַזאַ פּראָיעקט, און זיך דערװיסן נאָך פּרטים װעגן די מאַטעריאַלן װאָס געפֿינען זיך דערין.

*    *    *    *

אינעם הײַפֿעלע ייִדישיסטישע משפּחות צעשאָטענע איבערן ערדקײַלעך קומט נישט זעלטן אױס צו פֿילן, אַז עפּעס פֿעלט אונדז מאַטעריאַלן װאָס זענען אי אױף ייִדיש אי זײ נעמען אױס בײַ די קינדער.

אָט דער כּלומרשטער דוחק שפּירט זיך אין פֿאַרשידענע תּחומען: אין גראַמען, געזאַנג, שפּילן, מעשׂהלעך — קורץ, אַלצדינג װאָס טראָגט אַרײַן פֿרײד און כּישוף אין לעבן פֿון אַ קינד. נישט אײן מאָל בין איך געזעסן און געהאָצקעט אַ קינד אױפֿן שױס און געװאָלט פֿרײלעך מאַכן, צוזינגען עפּעס אַ לידעלע אָדער אַ גראַם, נאָר פּונקט איז מיר נישט געקומען אױפֿן געדאַנק מער װי „פּאַטשע פּאַטשע קיכעלעך“, אָדער פּשוט שמײכלען און מאַכן גרימאַסן.

איז אַװדאי גוט, אַן עופֿעלע װעט נישט זײַן קײן גרױסער איבערקלײַבער, אָבער װיפֿל איז דער שיעור איבערצוקײַען די זעלבע צװײ־דרײַ גראַמען, אַז מיר פֿאַרמאָגן אַזאַ רײַכן קינדער־פֿאָלקלאָר מיט שפּילן און גראַמען? און פֿאַר װאָס זאָלן מיר כּסדר טאַנצן אױף פֿרעמדע חתונות, אָנקומענדיק צו איבערזעצונגען פֿון ענגלישע לידעלעך, אַז ס׳איז פֿאַראַן הונדערטער קינדערלידער אױף ייִדיש, אָדער סתּם ייִדישע לידער, סײַ לעבעדיקע סײַ רויִקע, צוגעפּאַסטע צו פֿאַרשידענע טעמעס און סיטואַציעס?

איך זאָג אַ „כּלומרשטער דוחק“ װײַל אין דער אמתן איז עס אַ נעכטיקער טאָג. אָט האָט ש. לעהמאַן צונױפֿגעזאַמלט און אָפּגעדרוקט אַ שלל מיט קינדער־פֿאָלקלאָר אינעם פֿאָלקלאָריסטישן־פֿילאָלאָגישן באַנד בײַ אונז יודען אין 1923. אָפּטײלן מיט קינדערלידער און קינדער־פֿאָלקלאָר קען מען אױך טרעפֿן אין די זאַמלונגען פֿון י. ל. כּהן, באַסטאָמסקי, בערעגאָװסקי און פֿעפֿער, און נאָך אַזעלכע. הײַנט, װוּ איז רוט (רבֿקה) רובינס קלאַנגאַרכיװ בײַם ייִװאָ, װאָס האַלט אין זיך גאַנצע פֿינעף טאַשמעס מיט קינדערלידעלעך? און, און, און… איר זעט שױן מסתּמא אַלײן די צרה.

מיר זענען נישט חלילה אָרעם, נאָר פֿאַרקערט: ס׳איז פֿאַראַן צו פֿיל, און װער האָט דאָס די צײַט צו צעקײַען, דורכזיפּן, און אָפּקלײַבן פֿון די אַלע מאַטעריאַלן? בפֿרט אַז אַ סך פֿון די זאַמלונגען זענען גאַנץ שלעכט געדרוקט אָדער דער טינט איז שױן אָפּגעשפּרונגען. אַראָפּצולײענען װאָס דאָרט שטײט איז נישט קײן קלײנער קונץ. און עלטערן פֿון קלײנע קינדער, אַזױ אױך פֿאַרהאַװעטע און פֿאַרהאָרעװעטע מיט די טאָג־טעגלעכע אַחריותן, זאָלן גײן גריבלען אין װיסנשאַפֿטלעכע שריפֿטן?

דערצו נאָך, אַז מע האָט זיך שױן יאָ אַ ביסל אָריענטירט אין די זאַמלונגען, דאַרף מען ערשט דערטאַפּן די, װאָס קענען שטימען מיט אונדזערע הײַנטצײַטישע השׂגות. װי למשל בײַם באַװוּסטן קינדערגראַם: „ציגעלע מיגעלע קאָטינקע / רױטע פּאָמעראַנצן / אַז דער טאַטע שלאָגט די מאַמע / גײען קינדערלעך טאַנצן“. נו, איך װײס נישט װי בײַ אַנדערע, אָבער איך קען באַשטײן, אַז דאָס זאָל בלײַבן אַ קוריאָז פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין דער אַלטער הײם. נישט יעדע סחורה איז פּאַסיק פֿאַר הײַנטיקע קינדער.

װען סע קומט, װידער, צו ייִדישע לידער איז דער מצבֿ שױן אַ סך פֿױגלדיקער, אָבער די מענטשלעכע טבֿע איז פֿאָרט אַזאַ, אַז מע גײט זעלטן אַרױס פֿון די אײגענע דלתּ אַמות. „די גרינע קאַטשקע“ און „פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג“ קענען דאָך אַלע, אָבער פֿאַראַן אַ סך פֿײַנע אַלבומען, נײַערע און עלטערע, פֿון דער סעקולערער װעלט און פֿון דער פֿרומער װעלט, צעשאָטן איבער דער אינטערנעץ, נאָר גײן זוכן אױף דער הײסער מינוט װען די קינדער פֿאַרלאַנגען „מוזי־י־י־י־ק!“?

כאַפּט מען זיך צו די אײן־צװײ באַליבטע און באַקאַנטע און שױן. װאָס שײך געזאַנג, זענען די מלאָטעק־ביכער אַװדאי אַ געװאַלדיקער אוצר, אָבער יעדעס מאָל גײן אױפֿמישן אַ באַנד און האָפֿן, אַז מע װעט אָנטרעפֿן אױף עפּעס גוטס, איז אױך נישט קײן פּלאַן. אַז מאַכט זיך יאָ אַ פּאָר פֿרײַע מינוט און מע װיל זיך אױסלערנען אַ נײַ ליד, דאַרף מען ערשט װיסן װוּ צו געפֿינען די גוטע סחורה.

צום גליק האָב איך אין די לעצטע חדשים יאָ געהאַט צײַט זיך אַ טונק צו טאָן אין דעם ים פֿון קינדער־פֿאָלקלאָר און קינדער־מאַטעריאַלן, צעשאָטענע איבער זאַמלונגען און װעבזײַטלעך, אָפּקלײַבן פֿון זײ אַזוינע װאָס זאָלן זײַן צוטריטלעך פֿאַר עלטערן און צוציִיִק פֿאַר די קינדער, און מאַכן פֿון דעם אַ שטיקל װעגװײַזער. דאַכט זיך, אַז דאָס קען אױך נוציק זײַן פֿאַר לערערס און תּלמידים, װאָס זוכן פֿריש, אינטערעסאַנט לערנװאַרג. דער װעגװײַזער באַשטײט פֿון פֿינעף אָפּטײלן:

• גראַמען און לידעלעך. אין דער קאַטעגאָריע גײען אַרײַן קינדערגראַמען, סײַ צו יעדער געלעגנהײט, סײַ פֿאַר ספּעציפֿישע פֿאַלן אָדער קאָנטעקסטן, למשל: אַז דאָס קינד גיט אַ גרעפּס, אָדער אַז דאָס קינד טוט זיך אָן דאָס העמד, אָדער אַז מע דערזעט אַ שנעקל, צי אַ משה־רבינוס קיִעלע, אָדער אַז סע רעגנט… און נאָך אַ סך אַזעלכע.

• שפּילן. נישט נאָר האַנט־ און פֿינגער־שפּילן און גלאַט פֿאַרשפּילענישן, װי, צום בײַשפּיל, „באַראַן־באַראַן־בוץ“, „שׂרהניו װאָרעניע“, „אַ זעקעלע מעל“, „אין אַ שטעטעלע פּיטשעפּױ“, נאָר אױך שפּילן פֿאַר עלטערע קינדער, װאָס מע האָט אַ מאָל געשפּילן אין חדר און אין די הױפֿן — „בלינדע קו“, „פֿײגעלע פֿליט“, „רודענע ראַנע“, און פֿאַרשידענע שפּילן אין באַלעמס, מטבעות און ניסעלעך.

• רעקאָרדירטע מוזיק. נישט נאָר אַלבומען געמאַכט פֿאַר קינדער, נאָר אױך אַן אָפּקלײַב פֿון די שענסטע אַלבומען פֿאָלקסלידער װאָס קענען אױסנעמען אױך בײַ קינדער.

• געזאַנג. אין דעם אָפּטײל װערט געבראַכט אַ רשימה לידער װאָס מע קען זינגען מיט אָדער פֿאַר די קינדער, סײַ רויִקע סײַ לעבעדיקע, סײַ קינדערלידער סײַ גלאַט פֿאָלקסלידער, װי אױך לידער מיט באַװעגונגען — אַ שטײגער, „בלעטער“, „מיכלקו“, און „פֿון אַ קלײנעם גרינעם הױז“. בײַ יעדן ליד װערט געגעבן אַ לינק צום טעקסט און צו אַ רעקאָרדירונג.

• מעשׂהלעך. פֿון די פֿאָלקס־מעשׂיות און װוּנדער־מעשׂיות, פֿון בערן און לצים און כעלעמער חכמים און באַהאַלטענע אוצרות, װאָס מע פֿלעג דערצײלן די קינדער שבת אױף דער נאַכט, אָדער אין שול צווישן מינחה און מעריבֿ, אָדער װינטער הינטערן אױװן.

צום סוף געפֿינען זיך עטלעכע הוספֿות: װײַטערדיקע רעסורסן פֿאַר די װאָס װילן אַלײן אַרײַנקוקן אין די רױע מאַטעריאַלן, איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגלישע לידער (אַ מאָל מוז מען דאָך נאָכגעבן!), און אַ רשימה חיה־קלאַנגען אױף ייִדיש. האָט איר געװוּסט אַז אױף ייִדיש מאַכט דער בער „בו־בו“?

אַ זײַט אין דער כּוללדיקער זאַמלונג Courtesy of Arun Viswanath

אַ לעצטע באַמערקונג: כאָטש דעם גרעסטן טײל מאַטעריאַל האָב איך געשעפּט טאַקע פֿון עלטערע מקורים, האָב איך אױך אַרײַנגענומען שאַפֿונגען פֿון דער מאָדערנער צײַט, צי פֿון דער פֿרומער־חסידישער װעלט, צי פֿון די ייִדישע שולן, צי פֿון אונדז ייִדישיסטן פֿון 21סטן יאָרהונדערט.

איך האָף, אַז אינעם דאָזיקן װעגװײַזער װעט יעדער טרעפֿן עפּעס װאָס װעט געפֿינען חן בײַ די אײגענע קינדער, און באַװײַזן דערמיט אײַנצופֿירן אַ גרעסערע מאָס געװאָרצלטקײט און פֿאַרשידנקײט אין דער שפּראַכיקער סבֿיבה פֿון די קינדער (אָדער תּלמידים). טאָמער געפֿעלט עפּעס נישט, אָדער מע װיל עפּעס צוגעבן, מעג מען איבערלאָזן אַ קאָמענטאַר אינעם גוגל־דאָקומענט אַלײן, אָדער קען מען אַלײן אױפֿמישן די זאַמלונגען געבראַכטע אין די הוספֿות און דערבײַ אױפֿדעקן די אוצרות, װאָס װאַלגערן זיך נאָך הײַנט אין די פֿאַרגעלטע בלעטלעך און װאַרטן אױף זײער תּיקון אין די מײַלער פֿון ייִדישע קינדערלעך.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.