איראַניש־אַמעריקאַנער ייִדן זעען האָפֿענונג אין טראָמפּס פּלאַן אַראָפּצוזעצן דעם רעזשיםIranian American Jews see hope in Trump’s plan for regime change
אין גרייט־נעק און לאָס־אַנדזשעלעס הייבן איראַנישע ייִדן אָן חלומען וועגן אַ רײַזע אין זייער היימלאַנד.

דזשאַזמין ראָכסאַר (אין מיטל) ווי אַ קינד אין איראַן מיט איר משפּחה Courtesy of Jasmine Rokhsar
נאָך דעם ווי די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות האָבן שבת אומגעבראַכט דעם איראַנישן פֿירער אַלי כאמייני האָבן איראַניש־אַמעריקאַנער ייִדן זיך דערפֿרייט, און אַ סך פֿון זיי האָבן אויסגעדריקט די האָפֿענונג אַז זיי וועלן אַ מאָל קענען זיך אומקערן אינעם לאַנד פֿון וועלכן זיי זענען אַנטלאָפֿן.
בעת דער קאָנפֿליקט האָט זיך די וואָך פֿאַרשפּרייט איבערן מיטעלן מיזרח האָבן די מיליטערישע קאַמפֿן אַרויסגערופֿן זאָרג וועגן אַ לאַנגער מלחמה אינעם ראַיאָן און וועגן אַ מאַכט־חלל אין איראַן. במשך פֿון די ערשטע דרײַ טעג פֿון דער מחלמה האָבן די אַטאַקן אומגעבראַכט הונדערטער מענטשן, אַרײַנגערעכנט 11 אין ישׂראל און פֿיר אַמעריקאַנער סאָלדאַטן.
אָבער בײַ די ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון איראַן במשך פֿון די 10 יאָר נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע אין 1979, באטרעפֿט די איצטיקע מיליטערישע קאַמפּאַניע אַ לאַנג־געגאַרטע נקמה קעגן דעם ברוטאַלן רעזשים וואָס האָט זיי פֿאַרטריבן פֿון זייער פֿאָטערלאַנד.
בערך 60,000 איראַנער ייִדן האָבן עמיגרירט, און צענדליקער טויזנטער האָבן זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די גרעסטע ייִשובֿים זענען אין לאָס־אַנדזשעלעס, דרום־פֿלאָרידע, צפֿון־טעקסאַס און גרייט־נעק, נ״י. אין די אַלע ייִשובֿים קען מען הערן פּונקט אַזוי פֿיל פֿאַרסי ווי ענגליש, און אין די וויטרינעס פֿון אַ סך קראָמען און פּערסישע רעסטאָראַנען הענגען ישׂראלדיקע פֿאָנען.
„שלום קען מען נישט באַקומען אָן אַ פּרײַז. מע דאַרף אַרבעטן דערפֿאַר און אַ מאָל דאַרף מען קעמפֿן דערפֿאַר,“ האָט געזאָגט דזשאַזמין ראָכסאַר, אַן אײַנוווינערין פֿון דער פּערסישער געגנט אין גרייט־נעק. „מיר דאַכט זיך, אז די איראַנער פֿאַרשטייען דאָס גוט, און אַז די איראַנישע ייִדן פֿאַרשטייען דאָס נאָך בעסער.“
ראָכסאַר מיט איר משפּחה האָבן פֿאַרלאָזט איראַן אין 1978, ווען זי איז נאָך געווען אין קינדער־גאָרטן. זי האָט אומקלאָרע זכרונות פֿונעם שפּילן זיך אין אַ פּאַרק, וואָס זי וואָלט געוואָלט איצט ווידער זען, ווי אויך אַ רעסטאָראַן וואָס מע זאָגט איר אַז זי פֿלעג דאָרט ליב האָבן צו עסן. זי חלומט צו פֿאָרן קיין איראַן מיט אירע קינדער וואָס זי זאָגט אַז זי האָט זיי דערצויגן צו שטאָלצירן מיט זייער איראַנישער אידענטיטעט פּונקט אַזוי פֿיל ווי זייער ייִדישער — נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי האָבן קיין מאָל נישט געקענט באַזוכן איר היימלאַנד.
איר טאָכטער, סאָפֿיע ראָכסאַר, אַ 23־יאָריקע סטודענטקע אין דער קאָרדאָזע יוריספּרודענץ־שול, האָט געזאָגט אַז בײַ איר האָט איראַן תּמיד געפֿילט ווי „אַ לעגענדאַר אָרט“ וועגן וועלכן אירע קרובֿים האָבן אָפֿט דערציילט. די מעגלעכקייט, אַז זי וועט אַ מאָל קענען באַזוכן דאָס לאַנד און זען די דירה וווּ אירע באָבע־זיידע האָבן געוווינט, דאַכט זיך איצט צום ערשטן מאָל ווי אַ רעאַליטעט.
מאָדזשי פּורמאָראַדי, אַ פּערסישער ייִד וואָס וווינט אין גרייט־נעק און איז געקומען קינדווײַז אין 1968, האָט געזאָגט אַז די אָפּעראַציע האָט דערוועקט בײַ איר אַ בענקעניש צו פֿאָרן אין איר געבוירן־אָרט — אַ בענקעניש וואָס זי האָט ביז איצט נישט אָנערקענט.
„מײַן שוועסטערקינד האָט עס גוט געזאָגט: ‘איך פֿיל ווי אַ געפֿאַנגענער, וואָס מע האָט באַפֿרײַט, כאָטש איך האָב ביז איצט נישט געוווּסט אַז איך בין אַ געפֿאַנגענער,’ האָט פּורמאָראַדי געזאָגט. „ מיר דאַכט זיך אַז מיר האָבן נישט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס מיינט אַז מיר מיר קענען נישט צוריקפֿאָרן, און איצט וועלן מיר עס אפֿשר יאָ קענען טאָן. ס׳איז אַ סאָרט פֿרײַהייט וואָס מיר האָבן נישט געוווּסט אַז מיר ווילן און דאַרפֿן האָבן.“
אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס מע רופֿט „טעהעראַנדזשעלעס“, וווינען צווישן 22,500 און 50,000 ייִדן — דער גרעסטער איראַנישער ייִשובֿ מחוץ איראַן. לויט הרבֿ טאַרלאַן ראַביזאַדע, דער דירעקטאָר פֿונען „מאַאַס־צענטער פֿון ייִדישע רײַזעס“ בײַם אַמעריקאַנער ייִדישן אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָבן די אָרטיקע איראַנישע ייִדן ענלעכע געפֿילן.
ראַביזאַדעס טאַטע־מאַמע האָבן זיך איבערגעקליבן פֿון איראַן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די 1970ער יאָרן כּדי צו שטודירן אין אוניווערסיטעט. נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע האָבן זיי נישט געקענט צוריקפֿאָרן. פֿאַרסי איז געווען איר ערשטע שפּראַך.
ראַביזאַדע האַלט אַז דער מצבֿ אין איראַן זאָל באַטראַכט ווערן ווי אַ וויכטיקער ענין פֿאַר ביידע פּאַרטייען. „צי טראָמפּ איז גוט צי שלעכט, טוט ער איצט אַ זאַך וואָס איז זייער גוט פֿאַר דער מענטשהייט,“ האָט זי געזאָגט. „הלוואַי וואָלטן מיר אַרויסגעקראָכן פֿון אונדזערע דעמאָקראַטישע און רעפּובליקאַנער ‘קעסטלעך’ און פּשוט געזען דאָס גאַנצע בילד.“
ווען סאָפֿי ראָכסאַר זעט די קריטיק אויף דער אינטערנעץ קעגן די אַמעריקאַנער אַטאַקן, דאַכט זיך איר אַז יענע קאָמענטאַרן זענען אָפּגעזינדערט פֿון דער רעאַליטעט.
„ס׳רובֿ פֿון די מענטשן האָבן נישט קיין אַנונג ווי עס פֿילט ווען אַ מענטש דאַרף פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד און ווייסט אַפֿילו נישט צי ער וועט נאָך אַ מאָל קענען אַהיימפֿאָרן,“ האָט סאָפֿי געזאָגט. „יעדער אין אונדזער קהילה האָט לאַנג געוואַרט אויף דעם מאָמענט. דערפֿאַר איז עס אַ ביסל פֿרוסטרירנדיק ווען עמעצער וואָס איז ערשט ‘אָנגעקומען צום שמועס’ דריקט אויס אַזאַ פֿעסטע מיינונג.“
אַ טייל איראַנישע ייִדן האָבן אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג אַז דער געוועזענער איראַנישער יורש צו דער קרוין, רעזאַ פּאַכלאַווי, וואָס וווינט אין מערילאַנד, וועט ווערן דער קומעדיקער פֿירער פֿון איראַן. ער האָט זיך שוין טאַקע געמאָלדן ווי אַ מעגלעכער דערווײַליקער פֿירער. ער אַליין איז אַן עפֿנטלעכער שטיצער פֿון ישׂראל.
זײַן טאַטע, מאָהאַמעד רעזאַ פּאַכלאַווי, האָט געהערשט ווי דער שאַך פֿון איראַן ביז מע האָט אים אַראָפּגעזעצט אין 1979. בעת דעם שאַכס שליטה האָט מען דורכגעפֿירט אַ טיפֿער מאָדערניזאַציע אין לאַנד און אָנגעקניפּט נאָענטע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. אונטער אים זענען אָבער אויך געווען פּאָליטישע רעפּרעסיעס, צענזור און דאָס פֿאַרשווײַגן קריטיק דורכן אויסניצן די געהיימע פּאָליציי. דער עלטערער דור געדענקט פּאַכלאַוויס שליטה אָבער ווי אַ צײַט ווען דער ייִדישער ייִשובֿ אין איראַן האָט געבליט.
מאַכין מאָעזיניאַ, וואָס האָט פֿאַרלאָזט איראַן ווען זי איז געווען אין די דרײַסיקער, האָט געזאָגט אַז אַ סך ייִדישע איראַנער פֿון איר דור זענען „אַבסאָלוט“ באַגײַסטערט וועגן דער מעגלעכקייט אַז פּאַכלאַוויס זון וועט אָנפֿירן אַ נײַעם אַיראַן. „איך האַלט שטאַרק פֿון אים,“ האָט זי געזאָגט.
דער ייִנגערער דור איז אָבער נישט אַזוי זיכער. „ער איז די איינציקע פֿיגור וואָס איז באַקאַנט יעדן אין אויסלאַנד און אין איראַן,“ האָט דזשאַסמין ראָכסאַר געזאָגט. „ער זאָגט אַלע ריכטיקע זאַכן. דער חסרון איז וואָס מע האָט אים נאָך נישט אויסגעפּרוּווט.“
די פֿרייד בײַ אַ סך איראַניש־אַמעריקאַנער ייִדן איז טאַקע פֿאַרשאָטנט מיט זאָרג, וואָס אַזאַ אָנגעשטרענגטער מלחמה־מצבֿ קאָן מיינען פֿאַר איראַן. „ביז איך וועל קענען טאַקע פֿאָרן אַהין — האָט ראָכסאַר געזאָגט — ביז עס וועט זיך בײַטן דער רעזשים, און די רעגירונג וועט ווערן אַ סטאַבילע, וועל איך ווײַטער האָבן ספֿקות.“
דעם אַרטיקל האָט מען לכתּחילה געדרוקט אויף ענגליש. צו לייענען יענעם נוסח גיט אַ קוועטש דאָ.