Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי אַ כּלי־זמר־פּאַראַד איז געוואָרן טייל פֿונעם קאַרנאַװאַל אין סאַאָ פּאַולאָHow a klezmer parade became part of the annual carnival in Sao Paulo

דער בראַזיליאַנער קאַרנאַװאַל וועבט צונויף טראַדיציאָנעלע ייִדישע מעלאָדיעס מיט דער בראַזיליאַנער קולטור.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אין סאַאָ־פּאָולאָ, בראַזיל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער כּלי־זמר קאַרניוואַל און פּאַראַד — אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם קאַרנאַװאַל וואָס איז די גרעסטע פֿאָלקס־שׂמחה אין לאַנד.

יעדן פֿעברואַר פֿאַרשטעלן זיך מיליאָנען מענטשן און גײען טאַנצן אױף די גאַסן פֿון טױזנטער שטעט און שטעטלעך צום טאַקט פֿון פֿרײלעכער מוזיק, דער עיקר — סאַמבאַ און אַשע מוזיק. אין באָם־רעטיראָ, אַ געגנט װאָס האָט זיך אױסגעפֿורעמט דורך כּסדרדיקע און פֿאַרשײדנאַרטיקע אימיגראַציע־כװאַליעס, איז די דאָזיקע שׂמחה געװאָרן אַ פּלאַטפֿאָרמע צו פֿײַערן אויך די ייִדישע קולטור.

אַ װידעאָ פֿונעם פּאַראַד קען מען זען דאָ.

די טעמע פֿונעם הײַיאָריקן פּאַראַד, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 8טן פֿעברואַר, איז געווען „באָמרעלע“ — די הײמישע באַצײכענונג פֿון דער געגנט וווּ אימיגראַנטן האָבן געוווינט אױפֿן סאַאָ־פּאַולער ייִדיש. דער ציל איז געװען אָפּצוגעבן כּבֿוד די אומפֿאַרגעסלעכע ייִדישע פּאַרשױנען פֿונעם פֿאָלקלאָר פֿון דער אָרטיקער קהילה. אָט זענען עטלעכע פֿון זיי:

דער קינסטלער אריה װאַגנער אָנגעטאָן װי בעני יאַנגאַ טראָגט אַ „ייִדישע מאַמע“ בעת דעם פּאַראַד Photo by Yakov Coletivo de Imagem
  • מעכעלע דער קליענטלטשיק (פּעדלער, אױף בראַזיליאַנער ייִדיש) מיט זײַן גראָבן מאַנטל, פֿול געפּאַקט מיט סחורה
  • בעני־יאַנגאַ, אַ ייִד פֿון ראַזשאַסטאַן װאָס האָט זיך אַזױ גוט אױסגעלערנט ייִדיש אַז ער איז געװאָרן אַ ייִדיש־לערער אין דער אָרטיקער שלום־עליכם שול
  • דער בײגל־פֿאַרקױפֿער װאָס פֿלעג גײען איבער די גאַסן פֿון באָם־רעטיראָ שרײַענדיק „דער בײגלמאַן גײט שױן אַװעק!“

צװישן אַנדערע פֿיגורן האָט מען אויך אָפּגעגעבן כּבֿוד די אַזױ גערופֿענע „פּאָלאַקאַס“ —  די ייִדישקעס, דער עיקר פֿון פּױלן, װאָס זײַנען געװאָרן קרבנות פֿון פֿרױען־האַנדל דורך דער „צבֿי־מגדל מאַפֿיע“ און אַנדערע קרימינעלע באַנדעס. דערבײַ האָט דאָס דערמאָנט אַלטע מחלוקתן און װײטיקדיקע קאַפּיטלען פֿון דער בראַזיליאַנער ייִדישער געשיכטע.

די מערהײט פֿון די דאָזיקע פֿרױען האָט מען אָפּגענאַרט נאָך איידער זיי זענען אַוועק פֿון פּוילן, צוזאָגנדיק זיי חתנים און פֿעסטע אַרבעט־שטעלעס. אָנקומענדיק קײן בראַזיל, האָט מען זײ אָבער געצװוּנגען צו אַרבעטן ווי פּראָסטיטוטקעס. די ייִדישע קהילה, אַנשטאָט זײ אױפֿצונעמען און העלפֿן פֿאַרבעסערן זײער לאַגע, האָט זײ באַרעדט און זיי אויסגעשלאָסן פֿון דער געזעלשאַפֿט. האָבן די דאָזיקע מוטיקע פֿרױען געמוזט גרינדן זײערע אײגענע ייִדישע אינסטיטוציעס, שולן און בית־עולמס.

אַ טענצערין אָנגעטאָן װי אַ „פּאָלאַקאַ“ אױפֿן פּאַראַד Photo by Guigo Gerber

די געגנט באָם־רעטיראָ איז דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון סאַאָ פּאַולאָ, װוּ טױזנטער ייִדישע אימיגראַנטן, דער עיקר פֿון מזרח־אײראָפּע, האָבן זיך באַזעצט במשך דעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט. אַחוץ ייִדן, האָט די געגנט מקבל־פּנים געװען איטאַליענישע, גריכישע און אַרמענישע אימיגראַנטן, װי אױך בראַזיליאַנער פֿון צפֿון־מזרח לאַנד. הײַנט װערט די געגנט איבערהױפּט באַצײכנט דורך די קאָרעאַנישע און לאַטײַן־אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונגען. לעצטנס האַלטן די באָליװיאַנער אײַנוווינער אָפּ זייער אײגענעם קאַרנאַװאַל־פּאַראַד אין דעם קװאַרטאַל.

פּונקט אין דער דאָזיקער פֿאַרשײדנאַרטיקער טעריטאָריע דעפֿילירט די קאַפּעליע, „בלאָקאָ כּלי־זמר“. יעדעס יאָר קלײַבט זי צונױף איבער 30 כּלי־זמרים און ברענגט דערמיט די ייִדישע מוזיק צו די גאַסן לױטן בראַזיליאַנער סטיל׃ מיט שװוּנג און פֿרײד פֿון טאַנצנדיקע מאַסן.

דער בלאָקאָ באַגרענעצט זיך ניט נאָר מיט מוזיק, װאָרן עס באַטײליקן זיך אין פּאַראַד אױך אַקטיאָרן, פֿאָרשערס, פּאָעטן, פּראָדוצענטן, דעזײַנערס און אײַנװױנערס פֿון דער געגנט, װאָס גרײטן זיך צו במשך די פֿילצאָליקע רעפּעטיציעס ממש אַ יאָר לאַנג. דורך פֿילפֿאַרביקע קאָסטיומען און גרויסע טאַנצנדיקע ליאַלקעס ווערט די גאַס פֿאַרװאַנדלט אין אַ לעבעדיקן אַרכיװ פֿון ייִדישן געדעכעניש פֿון שטאָט.

דער „בלאָקאָ“ האָט דעפֿילירט צום ערשטן מאָל מיט צװײ יאָר צוריק און איז זינט דעמאָלט ממשותדיק געװאַקסן. אין 2025 איז דער לאָזונג פֿון פּאַראַד געװען „ס’איז פֿרײלעך אין שטעטל“ און מע האָט געפֿײַערט די „חתונה“ צװישן דער כּלי־זמר־מוזיק און דעם בראַזיליאַנער קאַרנאַװאַל, מיט אַ קאָלעקטיװן טאַנץ אונטער אַ גיגאַנטישער חופּה, װאָס איז געשטעלט געװאָרן אין מיטן גאַס.

צייכענונגען פֿון די פֿיגורן פֿון באָם־רעטיראָ Photo by Ivo Minkovicius

אינספּירירט דורכן קאָנצעפּט פֿון דאָיִקײט, האָט דער בלאָקאָ װידער אױפֿגעלעבט די זכרונות פֿון אַ מאָל און באַװיזן אַז ייִדן געהערן אױך צו דער פֿילמיניקער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט פֿון בראַזיל. דער בלאָקאָ כּלי־זמר האָט אױך דערװיזן אַז די רײַכע קולטור־ירושה פֿון מזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום לעבט דאָ װײַטער, מחוץ אַרכיװן און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. זי לעבט אױך אין דער היץ פֿונעם טראָפּישן זומער, צװישן קאָנפֿעטי, שװייס און די קלאַנגען פֿונעם קלאַרנעט.

[דער אַרטיקל איז רעדאַקטירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון גוסטאַװאָ־גרשום עמאָס]

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.