פֿאָרווערטס־פּאָדקאַסט, קאַפּיטל 11: פּסחForverts podcast episode 11: Passover
דאָ וועט איר הערן וועגן די אַמאָליקע סעקולערע ייִדן וואָס האָבן אָפּגעריכט אַ טראַדיציאָנעלן סדר.

Photo by the Forward
דער פֿאָרווערטס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דעם עלעפֿטן קאַפּיטל פֿונעם ייִדישן פּאָדקאַסט, Yiddish With Rukhl. דאָס מאָל איז די טעמע „פּסח“.
אין דעם קאַפּיטל וועט איר הערן צוויי אַרטיקלען. דער ערשטער, געשריבן פֿון אַני הקטנה, איז וועגן די אַמאָליקע סעקולערע ייִדן וואָס האָבן אָפּגעריכט אַ טראַדיציאָנעלן סדר. דער קאַפּיטל נעמט אַרײַן אַ רעקאָרדירונג פֿון אַזאַ סדר געפֿירט פֿון מײַן פֿעטער יונה גאָטעסמאַן אין יאָר 1962. דעם געדרוקטן טעקסט פֿונעם אַרטיקל וועט איר געפֿינען דאָ.
דער צווייטער אַרטיקל, פֿונעם פֿאָרקלאָריסט איציק גאָטעסמאַן, רעכנט אויס פֿינעף ווייניק באַקאַנטע פּסחדיקע טראַדיציעס אינעם שטעטל ווי למשל ווי אַזוי דאָס רייכערן פּאַפּיראָסן יום־טובֿ האָט צונויפֿגעבראַכט מענטשן. דער געדרוקטער טעקסט געפֿינט זיך דאָ.
צו הערן דעם פּאָדקאַסט, גיט אַ קוועטש דאָ.