Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„קיין שוועדיש רעדט מען נישט!“ — אַ ייִדיש־טאָג בײַם לונדער אוניװערסיטעט ‘No speaking Swedish here!’ — Yiddish Day in Lund University

די 30 אָנטייל־נעמערס זענען געקומען פֿון גאַנץ שװעדן, נאָרװעגיע, פֿינלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.

דעם 26סטן פֿעברואַר 2026 איז אין לונד, שװעדן, פֿאָרגעקומען אַ „ייִדיש־טאָג“.

דער לונדער אוניװערסיטעט בשותּפֿות מיטן שוועדישן אינסטיטוט פֿאַר שפּראַכן און פֿאָלקלאָר („איסאָף“) האָבן אָרגאַניזירט אַ צונױפֿטרעף פֿון אַמאָליקע און איצטיקע לונדער ייִדיש־סטודענטן. ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־לימודים בײַם לונדער אוניװערסיטעט װערן געלערנט אָנלײַן, אין דיסטאַנצקורסן. דערפֿאַר איז דער ייִדיש־טאָג פֿאַר עטלעכע אָנטייל־נעמערס געװען דאָס ערשטע מאָל װאָס זײ טרעפֿן זיך מיט זײערע שותּפֿים און לערערס מחוץ די ראַמען פֿון קאָמפּיוטער־עקראַן.

אַחוץ סטודענטן און רעדנערס, האָט מען אויך פֿאַרבעטן מאַמע־לשון־רעדערס פֿון מאַלמע, אַ שטאָט נאָענט צו לונד מיט אַ גרעסערער ייִדישער קהילה. די טאַטעס און מאַמעס פֿון די הײַנטיקע מאַלמער ייִדיש־רעדערס זײַנען געװען פֿון דער שארית־הפּליטה און האָבן זיך בשעת אָדער קורץ נאָכן חורבן באַזעצט אין שװעדן. דאָס איז דער דור וואָס האָט אויפֿגעשטעלט דעם „ייִדישן קולטור־פֿאַראײן 1945“ אין מאַלמע.

די איבעריקע אָנטײל־נעמערס זײַנען געקומען צו פֿאָרן פֿון גאַנץ שװעדן, און אױך פֿון נאָרװעגיע, פֿינלאַנד, דענמאַרק, דײַטשלאַנד און האָלאַנד. אַלץ אין איינעם האָט די אונטערנעמונג צוגעצויגן אַ 30 מענטשן, פֿון יונגע סטודענטן ביז יונגע פּענסיאָנערן.

דער עולם בײַם ליטעראַטור־וואַרשטאַט Photo by Oren Cohen Roman

„פֿיקאַ“

אַ שוועדיש וואָרט אינעם אָרטיקן ייִדיש: אַ שמועס אַרום אַ טעפּל קאַווע מיט קוכן און אױבס.

מיט אַזאַ „פֿיקאַ“ האָט זיך נײַן אַ זײגער אָנגעהױבן די פּראָגראַם. די אָנגעקומענע האָבן זיך באַגריסט צװישן זיך, זיך פֿאַרשריבן, און יעדער אײנער האָט זיך אָנגעקלעפּט אַ ייִדיש־שפּראַכיק נאָמען־צעטל.

מאַריאַ פּערסאָן (ראָש פֿונעם צענטער פֿאַר שפּראַכן און ליטעראַטור בײַם לונדער אוניװערסיטעט) און ראָקעל נילען (קאָאָרדינאַטאָרשע פֿון די ייִדיש־לימודים) האָבן מקבל־פּנים געװען דעם עולם מיט אַ קורצער באַגריסונג אויף ענגליש. גלײַך נאָך דעם איז מען אַריבער אױף ייִדיש: אליעזר ניבאָרסקי און אורן כּהן ראָמאַן האָבן פֿאָרגעשטעלט די מיט-אָרגאַניזאַטאָרן פֿון „איסאָף“. מע האָט אָנגעװוּנטשן, אַז יעדער אײנער זאָל „הנאה האָבן פֿון ייִדישן װאָרט.“

און דאָס האָט זיך תּיכּף אײַנגעגעבן: מע האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין אַ ליטעראַטור־װאַרשטאַט, וווּ עטלעכע אָנטײל־נעמערס האָבן פֿאָרגעלײענט לידער פֿון אַבֿרהם רײזען, ישׂראל שטערן, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, איציק מאַנגער און ציליע דראַפּקין. אַז איין סטודענטקע האָט פֿאָרגעלייענט דאָס פֿאָלקסליד „אַ מאָל איז געװען אַ מעשׂה“, האָט דער גאַנצער עולם גענומען זינגען אין איינעם. מע האָט געלײענט ניקאָלײַ אָלניאַנסקיס אַ פֿיקטיווע באַשרײַבונג פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קװאַרטאַל אין לונד און בפֿרט פֿון איין באַזונדער הײַזל.

אײנער פֿון די אָנטײל־נעמער האָט אויך דעקלאַמירט אײגענע פּאָעטישע און דראַמאַטישע טעקסטן.

בעת אַ צװײטער „פֿיקאַ“ האָט מען געהאַט די געלעגנהײט אַ קוק צו טאָן אױף די נײַסטע ייִדישע אױסגאַבעס אין די זאַמלונגען פֿון דער אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, מערסטנס פֿונעם שװעדישן „אָלניאַנסקי־פֿאַרלאַג“. ס׳רובֿ אָנטײל־נעמערס האָבן לײַכט געשמועסט און זיך אױסגעשפּאַנט מיט אַ טעפּעלע קאַװע, נאָר עטלעכע סטודענטן פֿון צװײטן יאָר האָבן שױן אָנגעהויבן דורכפֿירן אינטערװיוען צוצוגרייטן אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער קאָנפֿערענץ.

שידוכים

הײַנט איז נישט דאָס ערשטע מאָל װי מע לײענט װעגן לונד אין דער ייִדישער פּרעסע. אליעזר ניבאָרסקי האָט געברענגט „אַלטע נײַעס“ און פֿאָרגעשטעלט עטלעכע אַנאָנסן און באַריכטן בנוגע לונד אין אַמאָליקע צײַטונגען. נאָך אין 1895, עטלעכע יאָר נאָך דעם ווי אַ צאָל ייִדישע אימיגראַנטן ליטוואַקעס האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אין אַ נײַעם פּעריפֿערישן קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט, האָט מען געזוכט דורך אַנאָנסן אַזש אין װאַרשע אַ בעלן אויף אַ פּאָסטן פֿון שוחט, שליח־ציבור און מלמד אין לונד. און עס װײַזט זיך אַרױס אַז אין 1940, שוין לאַנג נאָך דער בליצײַט פֿונעם „לונדער שטעטל“, האָבן די „לונדער כּלות“ נאָך געהאַט אַ שם צווישן שוועדישע ייִדן.

נאָך דעם האָט סימאָ מויִר, אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און חורבן־לימודים אינעם אוניװערסיטעט פֿון אופּסאַלע, שװעדן, װאָס האָט פֿריִער געלערנט ייִדיש בײַם לונדער אוניווערסיטעט, געהאַלטן אַ רעפֿעראַט װעגן דעם פּראָיעקט „ייִדיש אין די שװעדישע אַרכיװן“. מע האַלט אין צוגרײטן אַ דיגיטאַלישן קאַטאַלאָג פֿון די ייִדישע מאַטעריאַלן װאָס געפֿינען זיך, אָפֿט מאָל אָן געהעריקע באַשרײַבונגען, אין די שװעדישע אַרכיװן.

מויִר האָט געװיזן בילדער און כּתבֿ־ידן פֿון די אַרכיװן אין שטעט װי שטאָקהאָלם, קריסטיאַנשטאַט און מאַלמע, און דערמאָנט אַז עס װאָלט געװען כּדאַי אויסצופֿאָרשן און צושטעלן די נעמען פֿון די מענטשן אױף די בילדער. האָט זיך אָפּגערופֿן דער פֿאָרזיצער פֿון מאַלמער קולטור־פֿאַראײן, יערי אײלנבערג: „דאַרפֿט איר פֿרעגן מיך, איך האָב זײ דאָך אַלע געקענט!“

דער פֿאָרשער האָט אויך גערעדט װעגן דער פּראָבלעם, אַז מע װײסט שױן נישט װוּ עס געפֿינען זיך טייל אַרכיװ־מאַטעריאַלן. זײער אַ סך פֿון צווישן די 1940ער און 1960ער יאָרן איז אַ פּנים נעלם געװאָרן, למשל פֿונעם אַרכיװ פֿון דער מאַלמער ייִדישער ביבליאָטעק. האָט זיך אָבער יערי אײלנבערג גלײַך אָפּגערופֿן: „דאָס האָבן מיר פֿאַר אַ יאָרן אַלץ אַרױסגעשלעפּט, די קעסטלעך שטײען בײַ מיר אױפֿן בױדעם.“ אַזוי אַרום האָט דער ייִדיש־טאָג טאַקע בײַגעטראָגן צו אַ פֿרוכפּערדיקן אױסבײַט צװישן פֿאָרשערס און דעם ברייטן עולם.

סימאָ מויִר רעפֿערירט וועגן ייִדישע מאַטעריאַלן אין די שוועדישע אַרכיוון Photo by Oren Cohen Roman

מיטאָג האָט מען געגעסן בײַ איינער פֿון די אוניװערסיטעטישע קאַפֿעטעריעס: עס איז געשטאַנען אַ בופֿעט מיט כּל־המינים גוטע מיטל־מיזרחדיקע מאכלים און דער עולם האָט זיך צונױפֿגעקליבן בײַ די טישלעך און געשמועסט גאַנץ לײַטיש, זיך דערצײלט װיצן – אױף ייִדיש, פֿאַרשטײט זיך.

– יערי, קײן שװעדיש רעדט מען נישט!

– זײַ מוחל! איך האָב שױן נישט געטראַכט אַז איך וועל דערלעבן דעם טאָג װאָס די אײנציקע שפּראַך װאָס מע מעג רעדן איז ייִדיש!

אױפֿן פּריפּעטשיק

נאָכן עסן איז מען אַרױס אױף אַ שפּאַציר. מע איז געגאַנגען דורך דעם היסטאָרישן לונדער צענטער שטאָט און די „מדריכים“ אינעם עולם האָבן דערצײלט װעגן אַזאַ צי אַן אַנדער פּרט פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן לעבן אין לונד. טומאַס װוּדסקי, אַ מיטאַרבעטער פֿון „איסאָף“, האָט אַלעמען דערלאַנגט אַ טיפּיש שװעדישן כּיבוד, היימיש באַקאַנט ווי „שטױבזױגערלעך“: אַ מין זיסװאַרג מיט מאַרציפּאַן און שאָקאָלאַד װאָס איז שטאַרק באַליבט בײַם ייִדיש־אָפּטײל פֿון לונדער אוניווערסיטעט. מע האָט באַזוכט דעם אַמאָליקן ייִדישן קװאַרטאַל און געפֿונען דאָס הײַזל פֿון אָלניאַנסקיס דערצײלונג. פֿאַרן הויז פֿונעם ערשטן ייִדיש־לערער בײַם לונדער אוניווערסיטעט, שלמה שולמאַן ז״ל, האָט זיך די גאַנצע גרופּע אָפּגעשטעלט און געזונגען „אױפֿן פּריפּעטשיק“ לזכר אָט דער באַליבטער פֿיגור.

אַן אָנגעביסן „שטויבזויגערל“ Photo by Sara van der Veen

אַ באַקאַלאַװער

צוריק אין אוניװערסיטעט האָט יאַן שװאַרץ, עמעריטירטער ייִדיש־לעקטאָר אין לונד, געהאַלטן אַ „קלײנע זאַך, נישט קײן רעפֿעראַט“ װעגן זײַנע „לונדער יאָרן“, און דערצײלט װעגן דעם בראשית פֿון די ייִדיש־לימודים אין דער שטאָט, װעגן די חבֿרישע מחלוקתן מיט זײַן קאָלעגע שלמה שולמאַנען, און װעגן זײַן טאַטן, װאָס איז מיט זײַן זאַפֿטיקן פּױלישן ייִדיש געװען אַ יוצא־מן־הכּלל צװישן די ליטװישע קלאַנגען פֿון די ייִדיש־רעדערס אינעם נאָך־מלחמהדיקן דענמאַרק.

די געשיכטע איז אַזאַ: זײַט דעם יאָר 2000 האָט ייִדיש אין שװעדן דעם באַזונדערן סטאַטוס פֿון אַן אָפּגעהיטער מינאָריטעט־שפּראַך. אין 2007 האָט די רעגירונג אָנפֿאַרטרויט דעם לונדער אוניװערסיטעט דאָס אַחריות פֿאַר די ייִדיש־לימודים אין שװעדן, און זײַט 2012 קענען סטודענטן זיך לערנען אױף אַ באַקאַלאַװער אין ייִדישע לימודים.

דער תּחום האָט זיך אַנטװיקלט און הײַנט באַטייליקן זיך אין דעם פֿאָרשערס פֿון פֿאַרשײדענע אוניװערסיטעטן. און בזכות די איבערגעגעבענע טוערס און רעדערס האָט אױפֿגעבליט דאָס קולטורעלע ייִדישע לעבן אין שװעדן פֿון דאָס נײַ.

ווײַטער האָט מען זיך צעטײלט אין דרײַ גרופּעס אױסצופּרוּװן די נײַע ייִדישע „שמועס־קאַרטלעך“ װאָס דער „איסאָף“ האָט אָקערשט אַרױסגעגעבן. עס האָבן זיך אײַנגעשטעלט לעבעדיקע שמועסן אַרום פֿראַגעס װי „מיט װעמען רעדסטו ייִדיש?“ און (בפֿרט אַ שװעדישע פֿראַגע) „װאָסערע מאכלים עסטו לכּבֿוד מיטזומער?“ די טוערס פֿון „איסאָף“ האָבן ברייטהאַרציק געשאָנקען יעדן איינעם אַזאַ פּעשל שמועס־קאַרטלעך.

אין סופּערמאַרק

דער פֿאָרשער אורן כּהן ראָמאַן האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט „ייִדיש אין סופּערמאַרק“. ער האָט פֿאַרגליכן מאכלים מיט אַ בפֿירושן ייִדישן נאָמען אין העברעיִש־שפּראַכיקע סופּערמערק אין ישׂראל און ענגליש־שפּראַכיקע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און דערצײלט װעגן די װאַריאַציעס און בײַטן אין אױסלײג, אַרױסרעד און באַניץ במשך דער צײַט אין די צוויי לענדער. מע האָט זיך צערעדט וועגן דער פֿראַגע, „צי איז „ראָגעלעך“ אויף עבֿרית צי אויף ענגליש אײנצאָל אָדער מערצאָל?“ און „פֿאַר װאָס שרײַבט מען אין ישׂראל אַזוי זעלטן אַ קמץ־אַלף?“

טראַדיציע

פֿאַרן געזעגענען זיך האָבן אַלע אָנטײל־נעמערס געזאָגט אַ װאָרט װעגן זײערע אײַנדרוקן פֿונעם טאָג, און די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אונטערגעצויגן אַ סך־הכּל. האָפֿנטלעך װעט זיך לאָזן אײַנשטעלן אַ טראַדיציע און מע וועט זיך װידער קענען זיך טרעפֿן אין לונד אין 2027.

דער עולם איז זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען. אַ ווײַל האָט מען נאָך געהערט ייִדיש אױף די לונדער גאַסן און אין די רעסטאָראַנען. נאָך דעם איז דאָס ייִדיש מיט זײַנע רעדערס אַוועק אױף דער באַנסטאַנציע און אין דער װעלט אַרײַן.

דער ייִדיש־טאָג האָט דערלאַנגט אַלע אָנטײל־נעמערס אַ געלעגנהײט אָנצוקניפּן נײַע באַציִונגען און צו באַנײַען אַלטע חבֿרשאַפֿטן, זיך צו באַקענען מיט דער הײַנטיקער ייִדיש־פֿאָרשונג אין שװעדן און צו פֿילן דעם טעם פֿון דער שװעדיש־ייִדישער קולטור. בײַ ס׳רובֿ אָנטײל־נעמערס איז אָבער געשטאַנען ברומו־של־עולם דער פֿאַקט אַז מע האָט אַ גאַנצן טאָג געקענט הערן און רעדן נאָר ייִדיש.

This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.

We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.

This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.

With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.

The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.