אַ נײַ בוך ייִדישע פּאָעזיע מיט רוסישע איבערזעצונגעןA new book of contemporary Yiddish poetry with Russian translations
דאָס איז די ערשטע דוגמא פֿון אַן אַרומנעמיקער צווײ־שפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע פֿון דער הײַנטיקער פּאָעזיע אױף ייִדיש מיט עכטע פּאָעטישע איבערזעצונגען.

די הילע פֿונעם בוך, „איך קער זיך אום“, פּובליקירט אין 2016 Photo by Knizhniki Publishing
נישט יעדער ווייסט, אַז די ייִדישע פּאָעזיע לעבט און בליט נאָך אינעם 21סטן יאָרהונדערט. די נײַע זאַמלונג „איך קער זיך אום“, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע סוף 2025, קומט דווקא צו ווײַזן, אַז דאָס פּאָעטישע לעבן אויף ייִדיש גייט אָן ווײַטער — אין פֿאַרשידענע לענדער, שפּראַכן און סטילן. דאָס בוך האָט אַרויסגעגעבן דער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי“ מיט דער הילף פֿונעם פּריוואַטן אַרויסגעגעבער ברוך־לייב (באָריס) זײַטשיק.
דאָס בוך איז די ערשטע דוגמא פֿון אַן אַרומנעמיקער צווײ־שפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע פֿון דער הײַנטיקער פּאָעזיע אױף ייִדיש מיט עכטע פּאָעטישע איבערזעצונגען, הגם אַ קורצע באַשיידענע אַנטאָלאָגיע פֿון אַזאַ מין איז דערשינען אינעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן“ אין 2023. אין 2009 איז אין איטאַליע אַרויס די ייִדיש־ענגלישע אַנטאָלאָגיע „טראָט נאָך טראָט”, אָבער דאָרט גיבן נישט די איבערזעצונגען דעם ריטעם און דעם גראַם פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל.
די צוועלף דיכטער רעפּרעזענטירן פֿאַרשידענע דורות און לענדער׃ לעוו בערינסקי, פֿעליקס חײַמאָוויטש, מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלוול טשערנין, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, ישׂראל נעקראַסאָוו, ברוריה וויגאַנד, שלום בערגער, יואל מאַטוועיעוו, מאַרעק טושעוויצקי, דוד־עומר כּהן און אַני הקטנה. זײ זענען געבוירן געוואָרן צווישן 1938 און 1993 און ווױנען אין ארץ־ישׂראל, רוסלאַנד, בעלאַרוס, די פֿאַראײניקטע שטאַטן, ענגלאַנד, פּוילן און האָלאַנד.
דער טיטל פֿון דער אַנטאָלאָגיע איז אַ שליסל צום בוך – אַ ציטאַט פֿון וועלוול טשערנינס ליד וועגן דעם אײביקן אומקער און זוכן אַ באַשטימטן צוועק. אין אָט דעם קאָנטעקסט מײנען די ווערטער אינעם טיטל, אַז די ייִדישע פּאָעזיע בײַט זיך און אַנטוויקלט זיך ווײַטער. דער פֿאַקט, וואָס מע שרײַבט הײַנט ווײַטער אױף ייִדיש און נײַע זאַמלונגען לידער זענען אַרױס כּמעט יעדעס יאָר, קען זײַן אַ חידוש אַפֿילו פֿאַר די, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש.
ווי עס שרײַבט דער מיטרעדאַקטאָר וואַלערי דימשיץ אין זײַן הקדמה צום בוך׃ „מענטשן, וואָס זײַנען ווײַט פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור, גיבן פֿון צײַט צו צײַט אַ ביטערן קרעכץ און טענהן, אַז ייִדיש, שױן אָפּגערעדט פֿון דער שפּראַכס ליטעראַריש לעבן, איז געבליבן אינעם עבֿר.“
די שאַפֿער פֿונעם בוך וואַרפֿן אָפּ אַזעלכע פֿאַרשפּרייטע סטערעאָטיפּן. זײַטשיקס און מאַטוועיעווס אַרײַנפֿיר־וואָרט איז באַטיטלט „נײַע רינגען פֿון דער ׳גאָלדענער קײט׳“ — די קייט, וואָס פֿאַרבינדט די מאָדערנע ייִדישע דיכטונג מיט דער לאַנגער טראַדיציע פֿון פֿאַרגאַנגענע דורות. די הײַנטצײַטיקע פּאָעטן זענען נישט קײן אײנצלנע איזאָלירטע עפּיזאָדן, נאָר טײלן פֿון אײן גרױסן ליטעראַרישן פּראָצעס.
אין דער זעלבער צײַט געהערט יעדער פֿון זײ צו דער ליטעראַרישער טראַדיציע פֿון זײַן לאַנד און סבֿיבֿה. הײַנט, ווי מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, זענען ייִדישע דיכטער פֿילשפּראַכיק. זײ זענען אױפֿגעוואַקסן אַלע מיט אַנדערע ליטעראַטורן אַרום זיך – די רוסישע, אַמעריקאַנער, פּױלישע. דעריבער ברענגען זיי מיט זיך זײער לאָקאַלע ירושה.
די אַנטאָלאָגיע ווײַזט אױך ווי פֿילפֿאַרביק ס׳איז די וועלט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער פּאָעזיע׃ די דיכטער האָבן גאַנץ פֿאַרשידענע סטילן און טעמעס. פֿון דער וויסנשאַפֿטלעך־טעכנישער רעוואָלוציע בײַ לעוו בערינסקי ביז צום „חסידישיזם“ פֿון דוד־עומר כּהן; פֿון טושעוויצקיס „דזשאָגינג“ (לויפֿלען) אין וויליאַמסבורג ביז שעכטער־ווישוואַנאַטס ליד וועגן דעם קאָוויד; פֿון מאַטוועיעווס קבלה־מאָטיוון ביז וויגאַנדס שפּילן מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר. די געזאַמלטע ווערק שטײַגן איבער אַלע דערוואַרטונגען.
דאָס אױסזען פֿונעם בוך קען אַרױסרופֿן עפּעס אַן אַנדער רושם. די הילע – פּרעכטיקע „רײזעלעך“ מיט בלומען און חיות – דערמאָנט אין דער ייִדישער פֿאָלקסקונסט און מע קען דענקען, אַז דאָס בוך האָט עפּעס אַ נאָסטאַלגישן טעם. אָבער נײן, דער תּוכן פֿון די לידער איז ווײַט פֿון דער שטעטל־עסטעטיק. אַגבֿ, וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיטן אימאַזש פֿון אַ שטעטל רעדט דאָס טרױעריק־איראָנישע ליד פֿון שלום בערגער אין זײַן ליד „דער ייִדישער ליטעראַטור“:
דער ייִדיש־דיכטער שעפּט פֿון שטעטל־חלום
אַ טעם געמישטן פֿון חרוסת־כרײן,
נאָר פֿונעם שטעטל איז אַנטלאָפֿן יעדער,
און צו דעם שטעטל קען מען ניט דערגײן.
דאָס בוך איז די ערשטע דוגמא פֿון אַן אַרומנעמיקער צווײ־שפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע פֿון דער הײַנטיקער פּאָעזיע אױף ייִדיש, הגם אַ קורצע באַשיידענע אַנטאָלאָגיע פֿון אַזאַ מין איז דערשינען אינעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן“ אין 2023. הגם עס זענען געווען עטלעכע לידער־אַנטאָלאָגיעס אױף ייִדיש (צום בײַשפּיל, „אַ רינג“, 2017) איז „איך קער זיך אום“ די ערשטע ברייטע פּרעזענטאַציע פֿון דער טעמע פֿאַר אַ נישט־ייִדיש־רענדניקן עולם. דאָס מאַכט די זאַמלונג אױך אַ מין מאַניפֿעסט גופֿא – ייִדישע פּאָעזיע איז לעבעדיק, זי האָט אַ שטאַרק און זיכער קול. פּאָעזיע אױף ייִדיש דאַרף פֿאַרנעמען אַ גלײַך אָרט צווישן אַלע אַנדערע הײַנטצײַטיקע פּאָעטישע טראַדיציעס און קען זײַן אינטערעסאַנט דעם ברייטן עולם אױסער דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה.
אױב מע זוכט וואָס צו קריטיקירן אינעם בוך, קען איך אָנמערקן, אַז עס זענען דאָ נאָר דרײַ דיכטערינס קעגן נײַן דיכטערס. די פּראָפּאָרציע שפּיגלט אָפּ, צום באַדױערן, דעם אמתדיקן מאַנגל פֿון פֿרױען־שטימען אין דער ייִדישער פּאָעזיע. אָבער איך בין אָפּטימיסטיש – מירצעשעם וועלן מיר הערן מער און מער נײַע פֿרוייִשע קולות. ווער ווײסט, אפֿשר אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועט מען קענען אַרױסגעבן אַ גאַנצע אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטיקע ייִדישע דיכטערינס.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
