וואָס איך האָב אַנטדעקט בעת מײַן וויזיט אינעם שוועדישן גן־עדןWhat I discovered during my visit to the Swedish paradise
לייזער בורקאָ באַשרײַבט שוועדנס ווייניק באַקאַנטע מיליטערישע געשיכטע.

די וועסטערלאָנגאַטאַן־גאַס אין שטאָקהאָלם Photo by Simo Räsänen / Wikimedia Commons
נאָך אַ רעפֿעראַט וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין שוועדן, האָט פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיס אַ מאָל געזאָגט: „שוועדן איז אַ מין גן־עדן פֿאַר ייִדיש“.
איך בין לעצטנס געפֿאָרן קיין שטאָקהאָלם, כּדי צו האַלטן אַ לעקציע פֿאַר די אָרטיקע ייִדישיסטן — האָב איך געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן גן־עדן מיט די אייגענע אויגן. פֿריִער האָט ער עקסיסטירט נאָר אין די לעגענדעס, וואָס אַנדערע ייִדישיסטן האָבן דערציילט: אַ לאַנד, וווּ ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע מינדערהייט־שפּראַך; אַ לאַנד וואָס שטיצט ייִדיש נישט בלויז מיט ווערטער, נאָר מיט אמתע געלטער; וווּ די מלוכה העלפֿט אַרויסצוגעבן ייִדישע ביכער, רעקאָרדירונגען, טעלעוויזיע און ראַדיאָ־פּראָגראַמען; וווּ עטלעכע פּראָפֿעסאָרן לערנען די שפּראַך אין אוניוועריסיטעט; וווּ יעדעס קינד האָט אַ רעכט צו פֿאָדערן דעם ייִדיש־לימוד און יעדע ביבליאָטעק דאַרף קויפֿן ייִדישע ביכער, אויב אַ בירגער וויל זיי לייענען.
פֿאַר מײַן נסיעה האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ געהילף־רבֿ פֿון דער וואַרשעווער קהילה, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין שטאָקהאָלם: הרבֿ יצחק ראַפּאָפּאָרט. שפּעטער האָב איך אויך געטראָפֿן הרבֿ ראַפּאָפּאָרטס מאַמע, וואָס וווינט אין שטאָקהאָלם, כאָטש זי שטאַמט פֿון פּוילן. זייער קוק אויף שוועדן איז ווייניקער גן־עדנדיק. למשל, אין שוועדן גייט הרבֿ ראַפּאָפּאָרט נישט אויף דער גאַס טראָגנדיק אַ יאַרמקלע, אַזוי ווי אין וואַרשע. אין שוועדן קען עס זײַן אַ סכּנה. טראָגט ער דאָרט אַ היטל איבער דער יאַרמלקע.
אָבער בשעת מײַן וויזיט האָב איך נישט געזען וואָס מורא צו האָבן, נישט קיין אַנטי־ישׂראל־פּראָטעסטן אָדער קיין גראַפֿיטי, ווי מע זעט אין אַ סך אייראָפּעיִשע שטעט. איך האָב יאָ געזען אַ סך יונגע משפּחות מיט קליינע קינדער, וואָס לויפֿן אַרום פֿראַנק און פֿרײַ אין אַלע עפֿנטלעכע ערטער. דאָס איז אַ סימן פֿון אַ לאַנד, וווּ מענטשן פֿילן זיך זיכער און פֿאַרזיכערט. אָבער, צוריק גערעדט, האָב איך זיך געדרייט בלויז אין צענטער שטאָט, אין די רײַכע, טוריסטישע געגנטן. דאָרט זענען מסתּמא נישט פֿאַראַן קיין סך אַנטיסעמיטן און טעראָריסטן.
אָבער פּלוצלינג האָט מיר פּאַסירט אַן אומגליק. איך בין אַרויס פֿון טראַמווײַ און זיך געכאַפּט, אַז איך האָב נישט מײַן טעלעפֿאָן. איך בין נאָכגעלאָפֿן דעם טראַמווײַ, אָבער — פֿאַרפֿאַלן. ער איז אַוועק מיט מײַן טעלעפֿאָן אָן אַ זײַ געזונט. די איבעריקע טעג פֿון מײַן וויזיט האָב איך פֿאַרבראַכט ווי אַ טוריסט פֿון די 1990ער יאָרן: נישט וויסנדיק וווּ איך פֿאָר און נישט וויסנדיק וואָס איך זע.
פֿון דעסט וועגן, האָב איך געזען, אַז שוועדן איז אַ געבענטשט לאַנד: שיין און ריין און אָן קיין אמתע פּראָבלעמען, אַחוץ אפֿשר דעם קאַלטן ווינטער. שוועדן האָט נישט געהאַט קיין מלחמה זײַט איבער צוויי הונדערט יאָר. קומענדיק פֿון פּוילן, וווּ מלחמות האָבן כּסדר חרובֿ געמאַכט דאָס לאַנד אין משך פֿון דער גאַנצער געשיכטע, איז געווען אינטערעסאַנט צו זען אַן אָרט, וווּ גאָרנישט איז נישט חרובֿ געוואָרן.
די הײַנטיקע שוועדן זענען אָבער גאָר נישט ענלעך צו די אַמאָליקע. הײַנט איז שוועדן אַ לאַנד פֿון ליבעראַליזם, פֿעמיניזם, און טאָלעראַנץ. מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער האָבן די שוועדישע אַרמייען געוואָרפֿן אַ פּחד אויף גאַנץ אייראָפּע. אין פּוילן געדענקט מען נאָך די „שוועדישע פֿאַרפֿלייצונג“ פֿון 17טן י״ה, ווען די שוועדישע סאָלדאַטן האָבן פֿאַרוויסט און באַראַבעוועט דאָס לאַנד. אין משך פֿון די מלחמות דעמאָלטס איז אומגעקומען אַ דריטל פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. אין די שוועדישע מוזייען קען מען נאָך הײַנט זען שיינע קונסטווערק און סקולפּטורן, און פֿון די אויפֿשריפֿטן לעבן די חפֿצים דערוויסט מען זיך, אַז דאָס האָבן די שוועדן אין יענע יאָרן געגנבֿעט פֿון די פּוילישע פּאַלאַצן.

סוף־כּל־סוף זענען די שוועדן געוואָרן מיד פֿון די אַלע מלחמות. די געווינערס זענען סײַ ווי געווען נישט די שוועדן און נישט די פּאָליאַקן, נאָר די רוסן. רוסלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט די שוועדישע אימפּעריע בײַם באַלטישן ים, אַרײַנגערעכנט פֿינלאַנד. זײַט דעמאָלטס איז שוועדן געוואָרן אַ לאַנד פֿון שלום און ראַציאָנאַליזם.
בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די שוועדישע רעגירונג געהאָלפֿן צו ראַטעווען טויזנטער ייִדן. אין 1943 האָבן די שוועדן מיטגעאַרבעט מיט די דענער, וואָס זענען געווען אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע, כּדי אַריבערצושמוגלען די דענישע ייִדן קיין שוועדן. דענישע פֿישערס האָבן אין זייערע שיפֿלעך אַריבערגעבראַכט קיין שוועדן איבער 7,000 ייִדן. אין 1944, בעת די דעפּאָרטאַציעס פֿון אונגערישע ייִדן קיין אוישוויץ, האָט די שוועדישע רעגירונג געשיקט דעם דיפּלאָמאַט ראַוּל וואַלענבערג קיין בודאַפּעשט, כּדי צו ראַטעווען וואָס מער ייִדן. וואַלענבערג האָט צעטיילט „שוצפּאַסן“, וואָס האָבן געמאַכט די ייִדן פֿאַר פּאָטענציעלע שוועדישע בירגער. ער האָט באַהויזט עטלעכע טויזנט אונגערישע ייִדן אין געוויסע בנינים, וואָס מע האָט גערופֿן די „שוועדישע הײַזער“. אַזוי זענען איבער פֿיר טויזנט ייִדן געראַטעוועט געוואָרן.
נאָך דער מלחמה זענען טויזנטער ייִדישע פּליטים געקומען קיין שוועדן. אַ סך זענען ווײַטער געפֿאָרן קיין ישׂראל אָדער אַמעריקע, אָבער אַ טייל זענען געבליבן. אַ סך פּליטים זענען געקומען דווקא פֿון פּוילן און דערפֿאַר רעדן די שוועדישע ייִדן — אויב זיי קענען ייִדיש — געוויינלעך פּויליש ייִדיש. איך האָב געהאַלטן אַ לעקציע מיטן טיטל „פּויליש ייִדיש איז דאָס בעסטע ייִדיש“ און דאָס איז אַלעמען געפֿעלן — אַחוץ איין ליטוואַטשקע (הרבֿ ראַפּאָפּאָרטס מאַמע).
איך האָב גערעדט מיט עטלעכע ייִדן פֿונעם „דור פֿון 1968“. אין יענעם יאָר האָט די פּוילישע רעגירונג דורכגעפֿירט אַן אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע און פֿאַרטריבן די מערסטע ייִדן פֿון לאַנד. איין פֿרוי האָט מיר געזאָגט, אַז זי וויל אַפֿילו נישט באַזוכן פּוילן. זי איז נאָך אַלץ אין כּעס איבער דעם אופֿן, ווי אַזוי די פּאָליאַקן — די פּשוטע מענטשן, נישט די רעגירונג — האָבן זי באַהאַנדלט מיט 60 יאָר צוריק. זיי האָבן אויסגעכאַפּט די געלעגנהייט אויסצודריקן זייער אַנטיסעמיטיזם. איך האָב איר געזאָגט, אַז די הײַנטיקע פּאָליאַקן זענען גאַנץ אַנדערש, אָבער עס איז שווער איבערצורעדן אַן עלטערן מענטשן.
ייִדן זאָגן: אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל. אַ באַזוכער זעט זאַכן, וואָס די אײַנוווינערס זעען נישט, ווײַל זיי זענען אַזוי צוגעוווינט צום אָרט, אויך צו זײַנע חסרונות. אָבער אין מײַן פֿאַל איז דאָס ווערטל פֿאַלש, ווײַל איך האָב נישט באַוויזן זיי צו זען.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
