עכטע חסידישע מעשׂיות, איבערגעזעצטע אױף פּױלישAuthentic Hasidic tales, translated into Polish
די אַנטאָלאָגיע ווערט באַגלייט מיט פֿילמעלעך, וווּ באַקאַנטע פּוילישע פּערזענלעכקײטן לײענען אָדער דערצײלן איבער די מעשׂיות.

אילוסטראַציע פֿון נועם נדבֿ, אינעם בוך „חסידישע מעשׂיות“, 2026 Image by Noam Nadav
פֿאַר חסידישע מעשׂיות איז שטענדיק פֿאַראַן אַן עולם. אָט, אַ שטײגער, װעט באַלד אַרױס אַ נײַע דײַטשישע איבערזעצונג פֿון דעם פּױלישן שרײַבער סטאַניסלאַװ װינצענטס בעל־שם־טובֿ־לעגענדעס. װעגן דעם האָט זיך אַ מאָל (אױף פּױליש) באַקלאָגט דער ייִדישער קריטיקער בער מאַרק, אַז דװקא די „פֿינצטערע חסידות“ נעמט אױס בײַם ניט־ייִדישן לײענער־עולם.
דאָ ניט לאַנג האָט מען אױך אַרױסגעלאָזט פֿון ס׳נײַ די זכרונות פֿון עסטרײַכישן אױטאָר זאָמאַ (שלמה) מאָרגנשטערן, װאָס דערצײלט װעגן דער חסידישער גאַליציע פֿון זײַנע קינדער־יאָרן.
בנוגע דער באַליבטקײט און דעם כּישוף פֿון חסידיזם האָט װאָלף לאַצקי־באַרטאָלדי, מיט אַ יאָר הונדערט צוריק, געשריבן: „אונדזער ייִדישקײט איז פֿאַרגליװערט, אָבער מיט חסידות קאָן מען נאָך מגייר זײַן. והא ראַיה: משׂכּילים און פֿאַרשײַטע אַפּיקורסים האָבן זיך אומגעקערט צו ייִדישקײט אױפֿן װעג פֿון דער חסידות.“
אױך אין פּױלן איז לעצטנס אַרױס אַ נײַער באַנד חסידישע מעשׂיות. נאָר דאָס איז אַ בוך פֿון אַן אַנדער פֿאַרנעם, פֿון אַן אַנדער מדרגה. דאָ גײט ניט דװקא אין חסידישן ראָמאַנטיזם, נאָר אין אַ זאַמלונג עכטע חסידישע מעשׂיות מכּל־המינים, איבערגעזעצטע אױף פּױליש. אַזאַ כּוללדיקע זאַמלונג באַװײַזט זיך צום ערשטן מאָל אין װאָסער ניט איז לשון.
נאָך אַ חידוש: דער באַנד פֿון כּמעט 1,000 זײַטלעך גײט אַרױס אין דער ערשטער סעריע פֿון דער פּוילישער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק“. אין דער צװײטער סעריע גיט מען אַרױס װערק פֿון דער „פֿרעמדער“ ליטעראַטור, אין דער ערשטער — װערק פֿון דער פּױלישער ליטעראַטור גופֿא. ס׳איז ניט דאָס ערשטע מאָל װאָס מע נעמט אַרײַן אין דער ערשטער סעריע אױך װערק אָנגעשריבענע לכתּחילה אױף אַן אַנדער שפּראַך. ס׳איז אָבער פֿון די געצײלטע בענד װאָס נעמען אַרײַן ליטעראַטור ניט פֿון קײן קריסטלעכע מחברים, און דערצו פֿון אַ נאַציאָנאַלער מינדערהײט.
ניט געקוקט אױף דעם פֿאַקט װאָס אָט די געקליבענע חסידישע מעשׂיות זאָלן מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ חלק פּױלישע קולטור־נחלה, רעכנט מען זיך אָבער ניט מיט קײן מלוכישע גרענעצן. פֿאַרקערט, מע האָט זיך באַמיט צונױפֿזאַמלען מעשׂיות פֿון גאַנץ ייִדישלאַנד, אױך פֿון די „נײַע“ גלותן מעבֿר־לים, און פֿון אַלע תּקופֿות.
אױך זשאַנערן פֿון פֿאַרשײדענע סאָרטן זײַנען דאָ פֿאַראַן: לענגערע דערצײלונגען, כּמו־װיסנשאַפֿטלעכע כראָניקעס און גאָר קורצע מעשׂהלעך. לאָמיר עפּעס פּאָסמאַקעװען פֿון אָט דער פֿיל־מיניקער זאַמלונג.
נאַט אײַך אַ מעשׂה פֿון די סאַמע ערשטע דורות חסידישע גוטע־ייִדן: די הײליקע ברידער ר׳ אלימלך און ר׳ זושע זצ״ל זײַנען אַװעק אָפּריכטן גלות כּדי צוצוציִען ייִדן צו חסידות. זײ האָבן אַזש אָנגעשפּאַרט ביז צו דער דײַטשישער גרענעץ אין קאַטאָװיץ. װען זײ האָבן זיך גענומען גײן װײַטער, האָט זיך אָבער באַװיזן דער שׂטן און געזאָגט זײ: טאָמער װעט איר אַריבער די דײַטשישע גרענעץ, טאָ זײַט װיסן אַז דעמאָלט װעל איך פֿאַרװאַנדלען אַלע ייִדן — אין חסידים. די ברידער האָבן זיך שטאַרק איבערגעשראָקן, אַז זײ האָבן דערזען, װי שלעכט ס׳װעט זײַן פֿאַר דער חסידות, װען די ברײטע מאַסן זאָלן זיך אײַנשליסן אין אירע רײען, װאָרן דעמאָלט װעט די חסידות אין גאַנצן פֿאַרלױרן גײן. און זײ האָבן זיך אומגעקערט אַהײם, אין זײער לאַנד.
טשיקאַװע: יענע ערשטע פֿאַרשפּרײטער פֿון חסידישקײט האָבן גאָר מורא געקראָגן זײער נײַע תּורה זאָל זיך ניט צעשפּרײטן צו פֿיל, כּדי זי זאָל חלילה ניט אָנװערן איר תּמצית. אַנדערש מיט עטלעכע דורות שפּעטער — אַזאַ מין ליטעראַרישער נבֿיא פֿונעם בעל־שם־טובֿס תּורה װי מאַרטין מרדכי בובער האָט דאָך געהאַלטן, אַז דאָס פֿירט דװקא ער צוריק צום לכתּחילהדיקן קװאַל, װען ער האָט ברײט אױפֿגעפּראַלט „די שערי־תּשובֿה פֿון חסידישן ראָמאַנטיזם“. אַזױ צי אַנדערש, האָט די ליטעראַרישע חסידות לױט בובערס און פּרצעס נוסח טאַקע אַנטפּלעקט דעם „נפֿשות־באַשאַפֿנדיקן כּוח“ פֿון דער חסידות (ציטאַטן פֿון לאַצקי־באַרטאָלדי).
די אַרױסגעבער פֿון דער פּױלישער אַנטאָלאָגיע „חסידישע מעשׂיות“, די פֿאָרשער מאַרטשין װאָדזשינסקי און װױטשיעך טװאָרעק, זשאַלעװען ניט קײן כּוחות אױף מפֿרסם צו זײַן דאָס בוך. אַחוץ די געװײנטלעכע מיטלען — ליטעראַרישע אָװנטן, נסיעות אױף ביכער־ירידן, ראַדיאָ־אינטערװיוען און דאָס גלײַכן — לאָזן זײ אַרױס אַ שײנע סעריע פֿילמעלעך מיט מער־װײניקער באַרימטע פּערזענלעכקײטן װאָס לײענען אָדער דערצײלן איבער מעשׂיות פֿון דער אַנטאָלאָגיע.
די אױבן געבראַכטע מעשׂה, למשל, לײענט זײערער אַ קאָלעגע פֿון ברעסלױער אוניװערסיטעט, דער פֿילאָלאָג יאַן מיאָדעק. מיאָדעקן קען אין פּױלן שיִער ניט יעדעס קינד. ער גיט שױן צענדליקער יאָרן עצות װי אַזױ צו רעדן אַ לײַטיש פּױליש. בײַ גלײַך מיט די אַנדערע פֿאָרלײענער, גיט אױך מיאָדעק אַ מאָל צו אַ זאַץ בשעתן לײענען. דער רבי ר׳ אלימלך און זײַן ברודער ר׳ משולם־זושע קערן זיך אום אַהײם, אין זײער לאַנד — קײן פּױלן, הײסט עס, גיט צו מיאָדעק און קוקט דעם צושױער־עולם אין די אױגן אַרײַן.
פֿאַרשטײט זיך אַז די אַרױסגעבער האָבן ניט אײנע אַליין באַװיזן אױפֿטאָן אַזאַ עובֿדה פֿון „אומקערן אַהײם“ די פּױלישע צדיקים מיט זײערע מעשׂיות. זײ האָט געהאָלפֿן אַ גאַנצע בריגאַדע איבערזעצער: צװישן זײ זײַנען דאָ דערפֿאַרענע מיט אַ לאַנגן סטאַזש און אַ נאָמען, נאָר אױך אָנהײבער אינעם פֿאַך, תּלמידים פֿון די אַרױסגעבער, װאָס האָבן זיך אַזױ אַרום געדרוקט צום ערשטן מאָל. צו זאָגן דעם גאַנצן אמת, בין איך הקטן אַלײן בײַגעװען בײַ די ערשטע שטאַפּלען פֿון פּראָיעקט. אַזױ האָב איך געקענט זען אַז מע לאָזט ניט אױף הפֿקר די איבערזעצער, נאָר מע זאָרגט מע זאָל זײ געבן אַן אָרנטלעכן אַרײַנפֿיר אינעם חסידיזם.
דערמיט האָט זיך פֿאַרנומען ניט אַבי װער, נאָר װיכטיקע מומחים, בתוכם די לינגוויסטקע לילי קאַהן װאָס האָט אײַנגעפֿירט דעם עולם אין די כּללים פֿון חסידישן לשון־קודש, צי דער היסטאָריקער גדי סגיבֿ (סאַגיװ) װאָס האָט אָפּגעהאַלטן אַ װאַרשטאַט װעגן חסידישן שטײגער דערצײלן מעשׂיות.
אױך דער פּױלישער לײענער װאָס נעמט אין האַנט אַרײַן דעם באַנד „חסידישע מעשׂיות“, איז זוכה צו אַן אַרײַנפֿיר, װי גאָט האָט געבאָטן. די רעדאַקטאָרן זײַנען מקדים די דערצײלונגען מיט „אַ װאָרט אַפֿריִער“ פֿון אַ צװײ הונדערט זײַטלעך — אַ מין מאָנאָגראַפֿיע פֿאַר זיך און, בײַם הײַנטיקן טאָג, דער סאַמע גרונטיקער טראַקטאַט װעגן חסידיזם װאָס איז פֿאַראַן אױף דער פּױלישער שפּראַך.
די מעשׂיות גײען לױטן כראָנאָלאָגישן סדר. װײַטער האָט מען זײ אײַנגעטײלט לױט געאָגראַפֿיע און טעמעס. לאָמיר צום סוף ברענגען נאָך צװײ בײַשפּילן. אינעם חלק װעגן חורבן און װידערגעבורט געפֿינען מיר אַ מעשׂה — װעגן פּױלישן פּױפּס, יאַן פּאַװעל דעם צװײטן. דער בלאָזשעװער רבי, ר׳ ישׂראל שפּיראָ, גיט דאָרט איבער אַז אַ פּױפּס איז ער געװאָרן — אין זכות פֿון אַן עצה װאָס ער, יאַן פּאַװעל, דעמאָלט אַ יונגער גלח אױפֿן נאָמען קאַראָל װױטילאַ, האָט געעצהט אַ פּאָליאַטשקע פֿון די חסידי־אומות־העולם װאָס האָט אױסבאַהאַלטן אַ ייִדיש ייִנגל פֿון די נאַצישע רוצחים, אַז זי דאַרף איבערגעבן דאָס קינד די אַמעריקאַנער ייִדישע קרובֿים, עס זאָל װאַקסן בײַ די אײגענע און טאַקע אַ ייִדיש קינד.
אַז מע האַלט שױן בײַ חסידישע מעשׂיות װעגן די קאַטױלן, איז אָט נאָך אַן אינטערעסאַנטע דוגמא, אַ מעשׂה װעגן כּוח פֿון דערצײלן מעשׂיות. אַ מאָל איז געװען אַ ייִד, און זײַן װײַב האָט ניט געבױרן קײן קינדער, האָט ער געבעטן אַן עצה בײַ ר׳ מרדכי טשערנאָבליער און ר׳ ישׂראלטשקע רוזשינער זי״ע, װאָס האָבן זיך פּונקט פֿאַרהאַלטן אין אײן שטעטל. דעמאָלט האָט דער רוזשינער רבי איבערגעגעבן אַ מעשׂה, אַ סגולה פֿאַר װײַבער װאָס קענען נעבעך קײן קינדער ניט האָבן.
ס׳האָט געטראָפֿן אין רױם, אַז אַ פֿרומער קריסט האָט געהאַט אַ טאָכטער, װאָס ער האָט זי געלערנט אַלע קאַטױלישע דינים און מנהגים. איז זי אונטערגעװאַקסן אַ געלערנטע. די יונגע פֿרױ האָט אָבער מקנא געװען די גלחים װאָס פֿאַרמאָגן אַ סך כּוח און מאַכט. האָט זי זיך איבערגעטאָן אין מאַנסבילשע קלײדער און איז אַװעק אין טעאָלאָגישן סעמינאַר. זי האָט אַזש אַריבערגעשטיגן אַלעמען דאָרט מיט איר בקיאות און קענטעניש. װען מע האָט געדאַרפֿט צוקלײַבן אַ נײַעם פּױפּס, האָט מען דעריבער אױסגעװײלט זי װי דעם ממלא־מקומו. איז זי אָבער אַראָפּ פֿון גלײַכן װעג און פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. פּונקט װען מע האָט געהאַלטן אין פּראַװען אַ גרױסע חגא אױף די גאַסן פֿון שטאָט, האָט זי געקראָגן די װײען און געגאַנגען צו קינד. פֿון דעמאָלט אָן איז מען בודק צי דער מענטש איז ניט אַ מאָל אַ נקבֿה, אײדער מע קלײַבט אים אױס פֿאַר אַ פּױפּס.
בײַם פֿאַרענדיקן די מעשׂה האָט דער רוזשינער באַלד אױסגערופֿן: מזל־טובֿ, דײַן װײַב קומט אַ מזל־טובֿ, זי האָט ערשט געהאַט אַ זון. די דאָזיקע מעשׂה טוט אַ פּעולה, אַפֿילו אַ פּשוטער בשׂר־דם זאָל זי איבערדערצײלן.
אױך דעם פּױלישן לײענער־עולם קומט אַ מזל־טובֿ װאָס ער האָט זוכה געװען צו אַזאַ גאָלדענעם צוגאָב צו דער פּױלישער קולטור־ירושה. ס׳װילט זיך אױך מאַכן אַ שהחיינו לכּבֿוד די חסידישע מעשׂיות װאָס מע האָט זײ אײַנגעבירגערט אינעם פּױלישן ליטעראַרישן קאַנאָן אױף אַזאַ לײַטישן אופֿן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

