Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש־רעדנדיקע סטודענטן קוועלן פֿון דער „ייִדיש וואָך“ אין רומעניע Yiddish-speaking students praise recent Yiddish retreat in Romania

איבער 70 ייִדישיסטן זענען געקומען קיין קלויזנבורג צו שטודירן דאָס ייִדיש פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן און רומעניע.

דעם 9טן ביזן 16טן פֿעברואַר איז אין קלויזנבורג, רומעניע פֿאָרגעקומען די ערשטע אינטענסיווע ייִדישע ווינטער־פּראָגראַם געווידמעט דער טעמע ייִדיש אין געוועזענעם מיזרח־בלאָק, ד״ה אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, און רומעניע אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה. אַן אינטענסיווע ייִדיש־פּראָגראַם מיט אַזאַ טעמע, וווּ מע לערנט סאָוועטיש ייִדיש און אָרטאָגראַפֿיע, איז נאָך קיין מאָל נישט געווען, אויף וויפֿל איך ווייס — לכל־הפּחות נישט זײַט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט צוגעמאַכט דאָס געשעפֿט אין 1991.

איבער 70 ייִדישיסטן, ייִדיש־פֿאָרשערס און אַוואַנסירטע סטודענטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן קאַמפּוס פֿון באַבעש־באָלײַ־אוניווערסיטעט, וואָס איז דער גרעסטער אין רומעניע און דער איינציקער, וווּ מע לערנט ייִדיש. די פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון לעקציעס, וואַרשטאַטן, קאָנצערטן, וויזיטן אין מוזייען און בתּי־כּנסיות, אַ נסיעה קיין סאַטמאַר און שאַמלוי, ווי אויך אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ מיט 12 רעפֿעראַטן — אַלץ אין גאַנצן אויף ייִדיש.

מע קען זאָגן, אַז די אונטערנעמונג איז געווען אַ מין „ייִדיש־וואָך“ פֿאַר נערדס — אָבער אָן די משפּחות.

די באַטייליקטע זענען געקומען פֿון אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער, צפֿון־אַמעריקע און ישׂראל. דער פּוילישער קאָנטינגענט איז געווען ספּעציעל אָנזעעוודיק (כּן ירבו!). איך האָב באַמערקט, אַז אַפֿילו צווישן די אַמעריקאַנער און ישׂראלים האָבן אַ סך מענטשן געהאַט אַ „סאָוועטישן“ הינטערגרונט, ווײַל זייערע טאַטע־מאַמע זענען געקומען פֿון דאָרט. אין אַ געוויסער מאָס איז די פּראָגראַם געווען אַ סאָרט צוזאַמענטרעף פֿון לאַנדסלײַט.

ווי אַזוי האָט מען צוגעצויגן איבער 70 ייִדישיסטן קיין קלויזנבורג, רומעניע? קודם־כּל, איז די פּראָגראַם געווען כּמעט בחינם. מע האָט באַצאָלט בלויז $10 אַ האָטעל־צימער און זייער ווייניק פֿאַר אַן עקסקורסיע און אַנדערע קלייניקייטן, אָבער בעצם איז עס געווען פֿרײַ, אַ דאַנק די צוויי אוניווערסיטעטן, וואָס האָבן אָרגאַניזירט די פּראָגראַם בשותּפֿות: בר־אילן אוניווערסיטעט אין ישׂראל און באַבעש־באָלײַ־אוניווערסיטעט אין רומעניע.

זיי האָבן, למשל, געדעקט כּמעט אַלע הוצאָות און באַזאָרגט די באַטייליקטע מיט קאַווע און כּיבוד אין די הפֿסקות. בכלל קאָסט דאָס לעבן אין רומעניע ווייניקער ווי אין מערבֿ־אייראָפּע אָדער אין ישׂראל. האָבן די אָנטייל־נעמער געלעבט אַזוי ווי אינעם באַקאַנטן ליד „רומעניע“ פֿון אַהרן לעבעדעוו: „פֿון קיין דאגות ווייסט מען ניט…“

אַ טייל פֿון די לערערס אין דער ייִדיש־פּראָגראַם Photo by Inocențiu Gabriel Bud

דעם פּלאַן פֿאַר דער בשותּפֿותדיקער פּראָגראַם האָט בער קאָטלערמאַן אויסגעאַרבעט צוזאַמען מיט אַוגוסטאַ קאָסטיוק ראַדאָסאַוו. געהאָלפֿן אָרגאַניזירן האָבן אויך ענת אַדרת און חנה גינזבורג־פּאַלעי, ווי אויך פֿיליפּ שוואַרץ. אין דער פּראָגראַם האָבן אויך געלערנט דאַשאַ וואַכרושאָוואַ, מיכאל לוקין, סאַשאַ פּאָליאַן, קאַראָלינע שימאַניאַק און אַני הקטן.

ס׳איז געווען צו באַוווּנדערן, אַז די גאַנצע פּראָגראַם איז פֿאָרגעקומען אין גאַנצן אויף ייִדיש, אַפֿילו לעקציעס וועגן שווערע ליטעראַרישע און היסטאָרישע טעמעס. דאָס איז בלויז געווען מעגלעך דערפֿאַר, ווײַל די פּראָגראַם איז געווען געצילט, דער עיקר, אויף אַוואַנסירטע ייִדיש־קענערס. מע האָט אויך אַרײַנגענומען מיטעלע סטודענטן, אָבער נישט קיין אָנהייבערס. דאָס האָט אַלעמען באַפֿרײַט פֿון דער געוויינטלעכער טירחה פֿון באַפֿרידיקן די אָנהייבערס מיט ענגליש־שפּראַכיקע לעקציעס, אונטערנעמונגען, און דערקלערונגען. מע האָט יאָ פֿון צײַט צו צײַט געהערט גוייִשע שפּראַכן, ווי למשל ווען מענטשן פֿון דעם זעלבן לאַנד האָבן גערעדט צווישן זיך. אָבער בדרך־כּלל האָבן אַלע פּראָבירט צו רעדן בלויז ייִדיש.

פֿון די 1920ער ביז די 1940ער יאָרן האָבן ייִדישע קאָמוניסטן געשאַפֿן אַ וויכטיקן חלק פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור. אַ סך פֿון די בעסטע ייִדישע שרײַבערס זענען געווען קאָמוניסטן, אָדער האָבן לכל־הפּחות סימפּאַטיזירט מיט זיי און געשריבן פֿאַר „לינקע“ פּובליקאַציעס. עס איז אַן אומיושר, וואָס דער הײַנטיקער עולם פֿאַרקוקט די קינסטלערישע אויפֿטוען פֿון די קאָמוניסטן בלויז דערפֿאַר וואָס זיי זענען געווען שטאַרק נאַיִוו און זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַסטקע. די טראַגעדיע פֿונעם 12טן אויגוסט 1952, ווען דער רעזשים האָט דערמאָרדעט וויכטיקע סאָוועטשע שרײַבערס און קולטור־טוערס, האָט געוואָרפֿן אַ שאָטן אויף דער גאַנצער תּקופֿה — אָבער די ייִדישע שרײַבער האָבן דאָס נישט פֿאַרדינט.

איין פּראָבלעם מיט דער קאָנפֿערענץ איז געווען וואָס געוויסע אַקאַדעמישע לעקציעס האָבן געדויערט 90 מינוט. דאָס איז געווען ניט גרינג אַפֿילו פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן. צוריקגערעדט, וואָס איז דאָ ייִדיש ערגער פון אַנדערע שפּראַכן, אויף וועלכע מע האַלט אַקאַדעמישע לעקציעס?

אַ טשיקאַווער צוגאָב צו דער פּראָגראַם איז געווען אַ קורצער פֿילם אויף ייִדיש געשאַפֿן פֿון עטל ניבאָרסקי, פֿאַרבונדן מיט די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבערס. עס איז אַ שיין ראָמאַנטיש בילד — אָבער איך וויל נישט אויסזאָגן קיין סודות, ווײַל יעדער איינער דאַרף זען דעם פֿילם פֿאַר זיך אַליין.

בײַ די מערסטע באַטייליקטע איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס זיי זענען געקומען קיין קלויזנבורג. זי איז אַ שיינע אַלטע שטאָט מיט אַ סך פּרעכטיקע גאַסן און הײַזער פֿון די עסטרײַך־אונגערישע צײַטן. ס׳איז די צווייט־גרעסטע שטאָט אין רומעניע און האָט אַ סך גוטע רעסטאָראַנען און קאַווע־הײַזער, וווּ מע קען פֿאַרברענגען די איבעריקע שעהען.

כאָטש רומעניע האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זיך נישט גערעכנט פֿאַר קיין גרויסן ייִדיש־צענטער, זעען מיר הײַנט אײַן, אַז זי האָט געהאַט אַ חשובֿ אָרט. ערשטנס, האָבן מער ייִדן איבערגעלעבט די מלחמה אין רומעניע ווי אין פּוילן, ליטע אָדער אונגערן, ווײַל רומעניע האָט נישט דעפּאָרטירט אירע ייִדן קיין אוישוויץ. (אין קלויזנבורג האָט מען זיי יאָ דעפּאָרטירט, ווײַל די שטאָט האָט ווידער געהערט צו אונגערן צווישן 1940 און 1944.)

אַ סך ייִדן איבער דער וועלט שטאַמען פֿון רומעניע, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע חסידישע הויפֿן, ווי סאַטמאַר, וויזשניץ, קלויזנבורג, סקולען, ספּינקע און קרעטשניף. אַ טייל פֿון די חסידים האַלטן זיך פֿאַר „אונגערישע“ ווײַל אַ מאָל איז דאָס געווען אונגערן, אָבער לויט דער הײַנטיקער מאַפּע זענען זיי רומענישע. דער אונטערלענדישער דיאַלעקט, וואָס מע האָט גערעדט אין מערבֿ־רומעניע, איז דער יסוד פֿונעם חסידישן ייִדיש וואָס מע רעדט הײַנט.

דעם פֿאַרלעצטן טאָג האָט מען געמאַכט אַן עקסקורסיע קיין סאַטמאַר (Satu Mare), וואָס געפֿינט זיך נאָענט צו דער אונגערישער גרענעץ. איין באַטייליקטער, אַסף קירשנער, האָט באַמערקט: „דער בעסטער אופֿן זיך אויסצולערנען ייִדיש איז צו זיצן דרײַ שעה אין אַן אויטאָבוס קיין סאַטמאַר צוזאַמען מיט ייִדישיסטן, וואָס הערן נישט אויף צו רעדן.“ אין דער גרויסער שול פֿון סאַטמאַר האָבן מיר באַגעגנט אַ גרופּע סאַטמאַרער חסידים, געקומענע פֿון לאָנדאָן, וואָס האָבן געהאַלטן אין דאַווענען שחרית. פֿאַר די חסידים איז געווען אַ חידוש צו זען אַ גרופּע פֿון זיבעציק מענטשן, מענער און פֿרויען אָנגעטאָן ווי גויים, וואָס רעדן אַלע ייִדיש.

די איינציקע צרה איז געווען אַן ענין מיט דער באַהייצונג. דער עולם האָט געהערט עטלעכע לעקציעס אינעם אָרטיקן בית־מדרש, וואָס איז נישט געווען באַהייצט. האָבן אַלע שוין געטראָגן די מאַנטלען די גאַנצע צײַט.

דער דירעקטאָר פֿונעם חורבן־מוזיי אין שאַמלוי, דאַניעל סטעיעראַן, רעדט צום עולם אינעם אָרטיקן בית־מדרש Courtesy of Ber Kotlerman

מיר האָבן געזען די שטאָט סאַטמאַר מערסטנס דורכן פֿענצטער פֿון אויטאָבוס, ווײַל עס האָט די גאַנצע צײַט גערעגנט. אָבער דאָס באַגעגעניש מיט די סאַטמאַרער חסידים האָט זייער שיין אילוסטרירט אונדזער פּראָגראַם: אַ וואָך אין דער סאָוועטיש־ייִדישער אוטאָפּיע. (דאָס איז סײַ איראָניש געמיינט, סײַ נישט איראָניש.)

„דאָס איז געװען אַן אויסערגעװיינטלעכע אָקאַזיע צו פֿאַרברענגען מיט מענטשן פֿון דער גאָרער ייִדישער װעלט,“ האָט אַ באַטייליקטער, בנימין לערמאַן, פֿון בערקלי, קאַליפֿאָרניע, צוזאַמען מיט זײַן ברודער, עריק, מיר געשריבן אין אַ בליצבריוו. „כאָטש איך בין נישט קיין אַקאַדעמיקער און האָב פֿריִער נישט געהאַט קיין ספּעציעלן אינטערעס צו סאָװעטישע ענינים, איז דער אינהאַלט געװען אינטערעסאַנט און האָט אין מיר אָנגעצונדן אַ חשק װײַטער צו לייענען די סאָװעטישע שרײַבער.“

„מע האָט זיך אױפֿגעכאַפּט מיט ייִדיש, זיך געלייגט שלאָפֿן מיט ייִדיש, אַפֿילו געחלומט אױף ייִדיש,“ האָט געזאָגט אַ צווייטער באַטייליקטער, טאָמעק מײַטשאַק, פֿון וואַדאָוויצע, פּוילן. און תּפֿארת פֿרומקין, פֿון ירושלים, האָט אַפֿילו געזאָגט, אַז אויף דער פּראָגראַם איז זי געווען אַזוי אײַנגעטונקען אין ייִדיש, אַז נאָך דעם, אויפֿן פֿליפֿעלד, האָבן אַלע פֿרעמדע שפּראַכן איר געקלונגען ווי ייִדיש.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.