ווידעאָ: שוועדישע ייִדישיסטן קומען קיין ניו־יאָרק צו פֿאַרזוכן אַן עכטן בייגלVIDEO: Swedish Yiddishists come to NYC to taste an authentic bagel
טאָמאַס וווּדסקי און זײַן ייִדיש־תּלמידה מרים באַקענען זיך מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקן טאַקסי־שאָפֿער און אַ יונגן ייִדישן בעקער

טאָמאַס וווּדסקי (לינקס) און זײַן תּלמידה מרים אין אַ בייגל־בעקערײַ Courtesy of Sveriges Utbildningsradio AB
די וואָך איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ לעבעדיקער ווידעאָ אויף ייִדיש (און אַ ביסל שוועדיש), מיטן באַקאַנטן שוועדישן ייִדיש־לערער און טעלעוויזיע־פֿיגור טאָמאַס וווּדסקי. אינעם ווידעאָ, „שלום־עליכם, ניו יאָרק!“, זעט מען ווי וווּדסקי און זײַן ייִדיש־תּלמידה, מרים, קומען אָן אין ניו־יאָרקער פֿליפֿעלד און פֿאָרן אין דער איסט סײַד צו פֿאַרזוכן „די בעסטע ביאַליס אין דער וועלט“ און היימישע קנישעס, און דערנאָך קיין ברוקלין צו פֿאַרזוכן אַן עכטן ניו־יאָרקער בייגל מיט לאַקס.
אויפֿן וועג באַקענען זיי זיך מיט דרײַ ייִדיש־רעדער — אַ טאַקסי־שאָפֿער; אַ יונגן בעקער, אייווערי ראָבינסאָן, וואָס דינט ווי זייער וועגווײַזער אין דער רײַזע, און אַ פּראָפֿעסיאָנעלן לאַקס־שנײַדער. בשעת־מעשׂה לערנט טאָמאַס מרימין אויס עטלעכע ייִדישע אויסדרוקן און גיט איר קורצע גראַמאַטיק־לעקציעס. דער צוקוקער קען אויך צוגעבן ייִדישע אָדער שוועדישע אונטערקעפּלעך.
כּדי צו זען דעם ווידעאָ, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
