ווידעאָ: אַ נײַ ליד וועגן קאָצקער רבין געזונגען פֿון אַבֿרהם פֿריד און דעם זמירות־כאָרNew Song About Kotzker Rebbe by Avraham Fried
דאָס צוויישפּראַכיקע ליד נעמט זיך פֿון אַ גיכווערטל פֿונעם קאָצקער רבין

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַבֿרהם פֿריד איז אַ פּאָפּולערער זינגער אין די חסידישע קרײַזן, באַקאַנט פֿאַר זײַן שיינעם קול און וואַרעמער פּערזענלעכקייט.
אַחוץ דעם וואָס ער איז אַ זינגער, וואָס טרעט אויף מיט די לידער פֿון אַנדערע און האָט ווידער־פּאָפּולאַריזירט אַ ריי געשמאַקע פֿאָלקסלידער אויף דער פֿרומער גאַס, האַלט איך אַז ער ווערט אָפֿט מאָל אונטערגעשאַצט ווי אַ מחבר פֿון נײַע לידער. פֿריד איז פֿון די זעלטענע לידער־שרײַבער פֿון די ליובאַוויטשער קרײַזן פֿונעם נאָכמלחמהדיקן דור, וואָס שרײַבט אָריגינעלע (און דווקא שטאַרקע) לידער אויף מאַמע־לשון, ווי למשל, מיט יוסי גרין, „נישט געדאגהט, ייִדן‟. ער איז אויך באַקאַנט פֿאַרן זינגען נײַע און אַלטע לידער אויף העברעיִש און ענגליש, צווישן זיי — „עלה קטן שלי‟, וואָס מע קען הערן אַ ייִדישע איבערזעצונג דערפֿון דאָ, (ווערטער: ישי לפידות).
לעצטנס האָט ער, צוזאַמען מיטן זמירות־כאָר, אַרויסגעלאָזט אַ צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון זײַנס אַ ליד, „זײַ זיך אַליין‟, וואָס נעמט זיך פֿון אַ גיכווערטל, וואָס עס האָט אויסגעטראַכט דער קאָצקער רבי. געוויינטלעך בין איך ניט קיין אָנהענגער פֿון לידער, וווּ יעדע ייִדישע שורה ווערט באַגלייט פֿון איר ענגלישער איבערזעצונג, אָבער אין דעם פֿאַל איז אַזאַ טעכניק אַ געראָטענע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
