צווייטע אייראָפּעיִשע ייִדיש־וואָך אין גריכנלאַנדSecond European Yiddish Week in Greece
די פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר סוף־דעצעמבער — אָנהייב יאַנואַר, האָט פֿאַראַיאָרן צוגעצויגן געסט פֿון אַ טוץ לענדער און אַפֿילו אַ חתונה

Graphic by Angelie Zaslavsky
בעת די אָרגאַניזירער פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ האַלטן בײַם פֿאַרענדיקן די צוגרייטונגען אויף איר 45סטער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אין צוויי וואָכן אַרום, הייבן אָן די אָרגאַניזירער פֿון איר אייראָפּעיִשער צווילינג־פּראָגראַם זייער אַרבעט.
דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז דער צווייטער „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ וועט פֿאָרקומען אין גריכנלאַנד פֿונעם 29סטן דעצעמבער ביזן 4טן יאַנואַר. אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן וועט מען זיך טרעפֿן אין סוניואָן, אויפֿן האַלבאינדזל אַטיקי. מע וועט אײַנשטיין אינעם „סאַראָן האָטעל‟, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם ברעג־ים און ניט ווײַט פֿון אַ באַרימטן אוראַלטן טעמפּל לכּבֿוד דעם גריכישן ים־גאָט פּאָסיידאָן.
די צימערן װוּ די באַטײליקטע װעלן אײַנשטײן װערן אויסגעשטאַט מיט אַ טעלעוויזאָר און צוטריט צו דער אינטערנעץ. מע האָט נאָך ניט אַנאָנסירט די פּרײַזן פֿון דער הײַיאָריקער פּראָגראַם. פֿאַראַיאָרן האָט דער „ייִדיש־מאַראַטאָן‟, װאָס נעמט אַרײַן צוויי מאָלצײַטן אַ טאָג, געקאָסט 470 אייראָ פֿאַר אַן איינצעלן צימער; 350 אייראָ פֿאַר אַ צימער פֿאַר צוויי מענטשן, און 310 אייראָס פֿאַר אַ צימער פֿאַר דרײַ אָדער פֿיר מענטשן.
די פּראָגראַם ווערט מיטגעשטיצט דורך דער אָרגאַניזאַציע othermusic e. V, וואָס פֿירט אָן מיטן „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟. די אָרגאַניזירער קענען הײַיאָר ניט פֿינאַנצירן קיין סטיפּענדיעס אָבער בעטן געלט פֿון מנדבֿים, וואָס ווילן אונטערשטיצן אַזאַ איניציאַטיוו.
מע וועט זיך קענען רעגיסטרירן נאָכן 5טן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
דערווײַל האָט מען נאָך ניט געהערט צי אויף דער קומענדיקער „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ וועט מען ווידער שטעלן אַ חופּה, אָבער אפֿשר וועט אַ פֿאָרווערטס־לייענער באַשליסן דאָרט צו האַלטן זײַן אָדער איר אייגענעם „דעסטיניישאָן־חתונה‟.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
