ווידעאָ: ייִדישער אַנימאַציע־פֿילם: דער כעלעמער גולםWATCH: Yiddish Cartoon: The Golem of Chelm
זעט וואָס ס׳געשעט ווען דער כעלעמער בעל־שם רבי אליהו שאַפֿט אַ גולם

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַ סך עלטערן, וואָס פּרובירן אויפֿצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש באַקלאָגן זיך, אַז עס פֿעלן זיי שטאַרק אויס אַנימאַציע־פֿילמען און אַנדערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון.
עס איז דאָ איין סעריע פֿון שוועדן, וואָס ווערט אונטערגערעדט (בלע״ז: dubbed) אויף ייִדיש אָבער די סיפּורי־מעשׂיות האָבן ניט קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער קולטור אָדער געשיכטע. צום באַדויערן זענען אויך פֿאַראַן בלויז זעקס אָדער זיבן פֿון זיי.
איינער פֿון די איינציקע גאָר־געלונגענע אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די פּוילישע אַנימאַטאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ. ער דערציילט וועגן דעם כעלעמער בעל־שם רבי אליהו און וואָס עס איז געשען נאָך דעם, וואָס ער האָט באַשאַפֿן אַ גולם.
דער פֿילם, וואָס מע האָט פּראָדוצירט ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות אין אַ ריי שפּראַכן, איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך דער פּוילישער, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער רעגירונג. מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם אין פֿיר נוסחאָות, מיט דער נאַראַציע פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און העברעיִש. אויף ייִדיש און העברעיִש לייענט קאָבי ווײַצנער ז׳׳ל פֿאָר דעם טעקסט. כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז די מעשׂה איז אויטענטיש פֿון אַ קולטורעלן שטאַנדפּונקט האָט אַ וואַרשעווער רבֿ, יואל־חיים נאָוויצקי, איבערגעקוקט דעם פֿילם.
צווישן די אַנדערע אַנימאַציע־פֿילמען מיט לעגענדעס פֿון פֿאַרשידענע קולטורן איז דאָ איינער מיט אַ שײַכות צו די ייִדן: אַ פֿילם וועגן אַ וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד. מע האָט דעם פֿילם געשאַפֿן אויף דער טערקישער שפּראַך, וואָס עס רעדן די מיזרח־אייראָפּישע קראָים.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
