סאָוועטיש־ייִדישער אַקטיאָר יוסף לעווקאָוויטש געשטאָרבן צו 91 יאָרSoviet-Yiddish Actor Yosef Levkovich Has Died At Age 91
דער אַמאָליקער סטודענט בײַם „גאָסעט־טעאַטער‟ האָט אין די לעצטע יאָרן אָפֿט פֿאָרגעלייענט טעקסטן פֿון פּרץ און שלום־עליכם אין דיסלדאָרף און אַמסטערדאַם.
שבת, דעם 21סטן יולי איז אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער אַקטיאָר יוסף לעווקאָוויטש. אויף דער לוויה, אָנגעפֿירט פֿונעם דיסלדאָרפֿער הויפּט־רבֿ רפֿאל עווערס, האָט לעווקאָוויטשעס זון איליאַ געגעבן דעם הספּד אויף רוסיש און אַ גאַסט פֿון האָלאַנד האָט דעקלאַמירט דאָס ייִדישע ליד „די זון וועט אַרונטערגיין‟ פֿון משה־לייב האַלפּערן.
יוסף לעווקאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין קיִעװ אין 1928. די מלחמה־יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין אוזבעקיסטאַן, וווּ ער האָט אין 1945 פֿאַרענדיקט די מיטלשול. ביז 1948 האָט ער זיך געלערנט אין דער קיִעווער טעאַטער־שול אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן פֿראַנקאָ. ווי אַן אויסגעשולטער אַקטיאָר האָט ער ממשיך געווען זײַן שטודיום בײַם גאָסע”ט פֿון שלמה מיכאָעלס. אין פֿעברואַר 1949, נאָך דעם ווי מיכאָעלס איז דערהרגעט געוואָרן דורך דער MGB אויף סטאַלינס באַפֿעל, איז דער טעאַטער און די טעאַטערשול פֿון דער העלער הויט פֿאַרמאַכט געוואָרן. אַזאַ גורל האָט בקרובֿ געטראָפֿן אַלע ייִדיש־אינסטיטוציעס און דרוקערײַען.
ווי מיר ווייסן איצט, האָט מען דערנאָך גערודפֿט די ייִדישע מחברים און קולטור־טרעגערס. דורך אַ נס איז לעווקאָוויטש אַנטלאָפֿן. ניין, ניט בלויז אַ נס: אַ דאַנק דער גבֿורה פֿון דער שול־סעקרעטאַרשע פֿאַני רובינשטיין, וואָס האָט אין דער לעצטער רגע אַוועקגענומען אַ סך דאָקומענטן פֿון זײַן פּערזאָנען־טעקע, האָט ער זיך אַרויסגעדרייט פֿון דער כוואַליע רעפּרעסיעס. ער איז צוריק קיין קיִעװ אויף צו שטודירן רעזשיסור אין דער טעאַטער־הויכשול וואָס ער האָט אַבסאָלווירט אין 1954.
נאָך דעם האָט ער רעזשיסירט און געשפּילט בײַ פֿאַרשיידענע סאָוועטישע טעאַטערס און קינאָ־סטודיעס. בעת זײַן אַרבעט בײַ טאָסטאָנאָגאָווס לענינגראַדער באָלשוי דראַמטעאַטער (BDT) האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי, די כעמיקערין לענע שעפּטשעלעוויטש.
אין 1977, בײַם ווידער־אויפֿלעב פֿון ייִדישן טעאַטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען אים פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע מיטצואַרבעטן ווי אַן אַקטיאָר און לערער. דאָרט האָט ער רעפּיטירט מיט די יונגע אַקטיאָרן דעם ייִדישן אַרויסרעד (ווי ער האָט עס גערופֿן: די „אָרטאָעפֿיע‟).
פֿון סוף 70ער ביז די מיטן־נײַנציקער יאָרן איז ער אַרויסגעטראָטן אין כּלערליי פּיעסעס אויף ייִדיש און רוסיש, ווי שלום עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟ און „בלאָנדזשענדע שטערן‟.
אָנהייב 1990ער יאָרן גיט ער ייִדיש־קורסן אין טוראָ־אוניווערסיטעט אין מאָסקווע. אין 1995 האָט ער זיך מיט זײַן משפּחה אַריבערגעקליבן קיין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט געפּרוּווט גרינדן אַ ייִדישן טעאַטער. ער איז אָפֿט אַרויסגעטראָטן אין דיסלדאָרף און אַמסטערדאַם מיט טעקסטן פֿון י. ל. פּרץ, שלום־עליכם און אַנדערע שרײַבערס. ער האָט אויך איבערגעזעצט ייִדישע טעקסטן אויף רוסיש און צוגעגרייט נײַע אויסגאַבעס פֿון די ווערק פֿון עליע פֿאַלקאָוויטש, שמעון סאַנדלער אאַז״וו. יוסף לעווקאָוויטש האָט אַ סך בײַגעטראָגן צו דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס ער האָט אַזוי שטאַרק ליב געהאַט.
אַליין איז ער אָבער געווען אַן עניוותדיקער. איין מאָל איז ער געפֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד קיין אַמסטערדאַם כּדי פֿאָרצולייענען פֿון שלום עליכמס „אײַזנבאַן-געשיכטן‟. פּלוצלינג האָבן עטלעכע גרענעץ-באַאַמטע אים אַרויסגעפֿירט פֿון דער באַן ווײַל ער האָט ניט געהאַט מיט זיך קיין גילטיקן פּאַספּאָרט. ווי אַ סך אַנדערע רוסישע ייִדן האָט ער געוווינט אין דיסלדאָרף. קלינגט בײַ מיר דער טעלעפֿאָן: ס׳איז יוסף און ער קלינגט אָן דווקא מיטן טעלעפֿאָן פֿונעם באַאַמטן. „ס׳איז דאָ אַ פּראָבלעם,‟ זאָגט ער.
דערנאָך הער איך דעם מלוכה-רעפּרעזענטאַנט אַליין: „איז אמת, אַז איר האָט הער לעווקאָוויטש פֿאַרבעטן אויף אַרויסצוטרעטן אין אַמסטערדאַם אויף ייִדיש?‟ „יאָ,‟ זאָג איך. „נו גוט, מיר’ן אים תּיכּף אַרײַנזעצן אין אַ באַן. זאָל ער קומעדיקס מאָל מיטנעמען זײַן פּאַספּאָרט. זײַט געזונט!‟ לעווקאָוויטש איז אָנגעקומען מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון בלויז פֿינף מינוט!
„אַזאַ גוטסקייט,‟ האָט ער געשעפּטשעט. „קיין מאָל ניט געזען אַזעלכע ליבהאַרציקע טשינאָווניקעס!‟ דאָס איז געווען זײַן אייגענע אײַזנבאַן-געשיכטע.
נאָכן טויט פֿון זײַן קלוגער פֿרוי לענאַ איז אים די וועלט אָבער געוואָרן זייער אומעטיק.
יוסף לעווקאָוויטש האָט פֿאַראָבֿלט אַ טאָכטער, אַ זון און פֿיר (אי”ה באַלד פֿינף) אייניקלעך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO