קאָנצערטן און רעפֿעראַטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש בײַם מישיגענער אוניווערסיטעטYiddish-Themed Concert and Lectures at the University of Michigan
צווישן די טעמעס: ייִדיש אינעם הײַנטיקן פּוילן און דער אָפּרוף אויף דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון זיגמונד פֿרוידס עסייען.
אין צוזאַמענהאַנג מיט די 15 סטיפּענדיאַטן, וואָס אַרבעטן דעם זמן בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט אויף פֿאָרש־פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, אָרדנט דער אָרטיקער „פֿרענקל־צענטער פֿאַר יודאַיִסטיק‟ אײַן אַ סעריע עפֿנטלעכע פּראָגראַמען געווידמעט מאַמע־לשון. די לעקציעס וועט מען האַלטן אויף ענגליש.
דאָנערשטיק, דעם 26סטן סעפּטעמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט דניאל קאַהן, אַליין אַ גראַדואַנט פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט פֿון לידער אויף ייִדיש, ענגליש, רוסיש, דײַטשיש און פֿראַנצייזיש. צוזאַמען מיט אים וועט שפּילן דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט. די מוזיק וועט באַגלייט ווערן מיט אייבערקעפּלעך און בילדער געשאַפֿן פֿון עוואַ לאַפּסקער.
מיטוואָך, דעם 16טן אָקטאָבער, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט מען הערן וועגן אַ נײַ בוך וואָס אַנאַליזירט די באַציִונג צווישן דער קוויר־טעאָריע, דער העטעראָנאָרמאַטיוויטעט און דער פּאָעזיע פֿון ייִדישע פֿרויען, געהאַלטן פֿונעם מחבר, ד׳׳ר זוהר ווײַמאַן־קעלמאַן (בן־גוריון־אוניווערסיטעט).
דינסטיק, דעם 29סטן אָקטאָבער, פֿון 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג ביז 5 אַ זייגער אין אָוונט, וועלן ד׳׳ר דזשאָסטין קעמי (סמיט־קאַלעדזש), ד׳׳ר מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגענער אוניווערסיטעט), ד׳׳ר שאול זעריט (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט), ד׳׳ר איוו יאָכנאָוויץ און ד׳׳ר סאָני יודקאָף (וויסקאָנסענער אוניווערסיטעט) אַרומרעדן די אופֿנים ווי אַזוי ייִדיש באַווײַזט זיך אין דער הײַנטיקער פּאָפּולערער קולטור בײַ ייִדן.
דינסטיק, דעם 19טן נאָוועמבער, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועלן ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק (ווראָצלעווער אוניווערסיטעט), ד׳׳ר דזשענעוויו זוברישקי (מישיגענער אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר בנימין פּאַלאָף (מישיגענער אוניווערסיטעט) אַרומרעדן דעם אַמאָל, הײַנט, און מאָרגן פֿון ייִדיש אין פּוילן און איר באַטײַט אינעם קאָנטעקסט פֿונעם הײַנטיקן פּאָליטישן מצבֿ.
דינסטיק, דעם 3טן דעצעמבער, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט ד׳׳ר נעמי זײַדמאַן (טאָרענטער אוניווערסיטעט) אַרומרעדן דעם אופֿן ווי אַזוי מע האָט איבערגעזעצט, אַדאַפּטירט און דיסקוטירט די ווערק פֿון ד׳׳ר זיגמונד פֿרויד אויף ייִדיש.
דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט פֿאָרקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע זעצט איבער ייִדישע טעקסטן אויף אַנדערע שפּראַכן. עס וועלן אָנטייל נעמען אינעם פּאַנעל ד׳׳ר חנה נאָריך (מישיגענער אוניווערסיטעט), ד׳׳ר יעקבֿ הערשקאָוויטש (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר דזשוליע לעווינסאָן (מישיגענער אוניווערסיטעט).
דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט ד׳׳ר דוד ראָסקעס (העברעיִשער אוניווערסיטעט) האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע האָט דערציילט ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות אין דער אַלטער היים.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor