ווידעאָ: ליִאַ קיניגס ערשטע טריט אינעם ייִדישן טעאַטערWATCH: Lea Koenig’s Beginnings on the Yiddish Stage
כאָטש אירע עלטערן זענען געווען באַקאַנטע אַקטיאָרן, האָבן זיי דווקא ניט געוואָלט, אַז זייער טאָכטער זאָל ווערן אַן אַקטריסע.

Image by Yiddish Book Center
ליִאַ קיניג איז הײַנט אפֿשר די באַקאַנטסטע ייִדיש־שפּראַכיקע אַקטריסע אויף דער וועלט. שוין לאַנגע יאָרן האַלט מען זי אין ישׂראל פֿאַר דער „ערשטער דאַמע‟ פֿון דער ישׂראלדיקער בינע און איינע פֿון די פֿײַנסטע אַקטריסעס אין לאַנד. ניט געקוקט אויף איר הצלחה אויף העברעיִש (אַגבֿ, די פֿינפֿטע שפּראַך וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט), איז זי כּסדר אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש ווען ס׳האָט זיך באַוויזן אַ געלעגנהייט און אַן עולם אויף דעם. אין די לעצטע פּאָר יאָר איז קיניג געוואָרן באַרימט מחוץ ישׂראל אַ דאַנק איר ראָלע ווי מלכּה שטיסל, די מאַמע פֿון שלום שטיסל אין דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, וואָס מע קען איצט זען אויף „נעטפֿליקס‟.
אַ געבוירענע אין לאָדזש אין אַ משפּחה אַקטיאָרן, איז קיניג מיט איר מאַמע אַנטלאָפֿן קיין טאַשקענט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. איר טאַטע איז אומגעבראַכט געוואָרן דורך די דײַטשן. נאָך דער מלחמה האָבן זיי זיך באַזעצט אין בוקאַרעשט, וווּ איר מאַמע האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם אָרטיקן ייִדישן מלוכישן טעאַטער. ווי קיניג דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟, להיפּוך צום סטערעאָטיפּ אַז אַקטיאָרן ווילן אַז זייערע קינדער זאָלן נאָכגיין אין זייערע דרכים, האָבן איר מאַמע און שטיפֿטאַטע דווקא פּרובירט זי צו דערווײַטערן פֿון דער פּראָפֿעסיע און זי געמוטיקט זיך צו לערנען אין אוניווערסיטעט. איז, ווי אַזוי איז ליִאַ קיניג געוואָרן אַן אַקטריסע? ווי איר וועט זען אינעם ווידעאָ, האָט עס זיך אַלץ אָנגעהויבן מיט איר ערשטער ראַנדקע מיט איר מאַן.
אין נאָך אַן אויסצוג פֿונעם אינטערוויו דערציילט זי וועגן איר מאַמען, דער אַקטריסע דינה קיניג, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף איר לעבן.
ליִאַ קיניג איז אויך אַ טאַלאַנטירטע „סטענדאָפּ‟־קאָמעדיאַנטקע. אין 2015 איז זי געקומען קיין ניו־יאָרק אָנטייל צו נעמען אינעם ערשטן „קולטורפֿעסט‟. דאָ גיב איך מיט לייזער בורקאָ איבער אונדזערע אײַנדרוקן פֿון איר אויפֿטרעט.
ס׳רובֿ פֿון איר אויפֿטריט קען מען זען דאָ:
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
