ווידעאָ: הרבֿ סאָלאָווייטשיק דרשנט אויף ייִדיש וועגן דער עבֿודה פֿון יום־כּיפּורWATCH: Rabbi Joseph B. Soloveitchik Speaks about Yom Kippur in Yiddish
דער באַקאַנטער רבֿ דערציילט וועגן אַ טרעגער וואָס ער האָט געקענט און וואָס מע קען פֿון אים זיך אָפּלערנען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די ביבליאָטעק בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף „יוטוב‟ אַן אינטערעסאַנטן אויסצוג פֿון אַ דרשה וועגן יום־כּיפּור, געהאַלטן פֿון הרבֿ יוסף דובֿ הלוי סאָלאָווייטשיק ז׳׳ל (1903־1993), אויף אַ געשמאַקן ליטווישן ייִדיש. אין דער דרשה דערמאָנט ער אַ טרעגער, וואָס ער האָט געקענט מיטן נאָמען יאַנקל, וואָס איז געווען אַ פֿאַרברענטער חסיד „מיט דער נשמה פֿון אַ פּרינץ‟.
הרבֿ סאָלאָווייטשיק איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע רבנים בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין אַמעריקע אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי אַ ראָש־ישיבֿה פֿון „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟. הײַנט רופֿט מען אים פּשוט „דער רבֿ‟.
אַ געבוירענער אין פּרוזשענע, ווײַסרוסלאַנד, האָט ער באַקומען אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן חינוך אין פֿאַרשידענע ישיבֿות אין וואַרשע, בריסק און אַנדערע שטעט. ער האָט אויך פֿאַרענדיקט אַ פּוילישע גימנאַזיע אין דובנע. אין וואַרשע האָט ער זיך געלערנט פּאָליטישע וויסנשאַפֿט אינעם „פֿרײַען פּוילישן אוניווערסיטעט‟. אין 1926 האָט ער זיך באַזעצט אין בערלין, וווּ ער האָט שטודירט מעטאַפֿיזיק אינעם „אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון פֿרידרײַך ווילהעם‟, און גלײַכצײַטיק אין די אָרטיקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ישיבֿות. אין 1932 האָט ער זיך איבערגעקליבן קיין אַמעריקע, וווּ ער איז געבליבן ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.
אַ קאָמפּליצירטער אינטעליגענט, וואָס האָט פֿרײַ פֿאַרבונדן די געביטן פֿון תּורה און וויסנשאַפֿט, איז ער געווען זייער טראַדיציאָנעל אין געוויסע ענינים, אַרײַנגערעכנט זײַן באַציִונג צו ייִדיש. אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט האָט ער ווײַטער געגעבן זײַנע דרשות אויף ייִדיש לאַנג נאָך דעם, וואָס אַנדערע זענען שוין אַריבער אויף ענגליש און ער האָט געשריבן אַ סך פֿון זײַנע מאמרים און תּשובֿות אויף ייִדיש און לשון־קודש אַנשטאָט ענגליש.
אַ בוך פֿון זײַנע דרשות און אַרטיקלען אויף ייִדיש איז אַרויס אין 2009.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
