בריוו צו אַ בלינדן זיידןLetters To a Blind Grandfather (First-Prize Winner in Writing Contest)
אַ יונגערמאַן פֿון אַ קריסטלעכער היים ווערט דער פֿאַרמיטלער צווישן אַ ישׂראליש מיידל און איר נעלם געוואָרענעם קרובֿ.
וואָס מער יאָרן איך עקזיסטיר, אַלץ שווערער ווערט עס אַרויסצופֿישן פֿון צאַפּלענדיקן שטראָם פֿון זכרונות די פּינקטלעכע פּרטים פֿון יענע יאָרן. מיט יעדן ביסל לופֿט וואָס איך אָטעם אַרײַן און אַרויס, וועקן זיך אויף נײַע פֿראַגעס, אויף וועלכע איך ווייס שוין נישט ווי צו ענטפֿערן. איך האָב געהערט זאָגן, אַז די בעסטע רפֿואה קעגן דער פֿאַרגעסקרענק איז אַ פּען וואָס אַרבעט און אַ בלאַט פּאַפּיר — אַ געדאַנק וואָס קלינגט לאָגיש, ווען איך טראַכט וועגן דעם אַז מײַן אייגן יונג לעבן איז געפֿורעמט געוואָרן דורך אַ פּאָר בלעטלעך פּאַפּיר, באַפּוצטע מיט טינטענע ברעקלעך געשיכטע.
נישט דעם ברית־חדשה מיין איך, אויך נישט דעם תּנ”ך. די לעצטע רעליגיעזע פֿיגור אין מײַן לעבן איז געווען מײַן באָבע, וואָס איז געשטאָרבן ווען איך בין געווען צוויי יאָר אַלט. אַחוץ אַ זילבערן קרייצעלע צו טראָגן אויפֿן האַלדז אויף צו דערווײַטערן שלעכטע כּוחות, איך ווייס אַליין נישט וועלכע, איז פֿון איר גאָרנישט נישט געבליבן בײַ מיר. נאָך דער באָבעס טויט, אַז עס איז שוין נישט געווען קיינער צו האַלטן אַן אויג אויף די שלעכטע כּוחות און אויף מײַן טאַטן, איז יענער אַוועק זוכן נײַע גליקן און נײַע פֿרויען אין אויסלאַנד, און איך בין געבליבן אַליין מיט דער מאַמען אין אונדזער קליין דירהלע, אין אַ בנין אַ צונויפֿגעקוועטשטן צווישן אַ מיסטבאַרג פֿון איין זײַט און אַ רעסטאָראַנדל וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אין דרום־אַמעריקאַנער מאכלים פֿון אומדערקענטלעכע אינגרעדיענטן — פֿון דער אַנדערער זײַט. מײַן מאַמע איז געווען אַ שיינע פֿרוי וואָס איז פֿאַרמיאוסט געוואָרן דורך יאָרן שווערער אַרבעט אין אַ פֿאַבריק, נייענדיק העמדער וועלכע זי אַליין האָט זיך נישט געקענט דערלויבן צו קויפֿן. דעמאָלט איז זי געוואָרן אַ מיאוסע פֿרוי, וואָס איז פֿאַרשענערט געוואָרן אין מײַנע בלינד געטרײַע אויגן יעדעס מאָל וואָס זי האָט געפֿונען אַ פֿרײַע מינוט מיר צו זינגען אַ ליד אויף שפּאַניש.
אָן קיין דאָמינאַנטער דערוואַקסענער פֿיגור נאָכצופֿאָלגן, און מיט ענדלאָזע אַכזריותדיקע בויכווייטיקן, וואָס איך האָב צו פֿאַרדאַנקען דער גוטהאַרציקײט פֿונעם בעל־הבית פֿון שכנותדיקן רעסטאָראַן, לאַנג לעבן זאָל ער, וואָס האָט מיך זינט איך קען געדענקען אומזיסט געקאָרמעט מיט עפּעס וואָס ער האָט אָנגערופֿן „קוואַליטעט־רײַז מיט פֿריש פֿלייש און געקאָכטע בעבעלעך‟, אָבער וואָס האָט אין דער אמתן מסתּמא נישט אַנטהאַלטן קיין איינעם פֿון די דרײַ אינגרעדיענטן, האָב איך נישט געהאַט די בעסטע באַדינגונגען אויף צו כאַפּן אַ לײַטישע דערציִונג. וואָס איך האָב יאָ געהאַט, איז אַ סך פֿרײַע צײַט זיך אַרומצוּוואַלגערן און צו נישטערן אַרום און אַרום.
שאַפֿעס, טישן, שופֿלאָדן — קיין איינער פֿון זיי איז נישט געבליבן זיכער ווען מײַנע וואַנדערנדיקע שפּיץ פֿינגער זענען אַרײַנגעדרונגען, זוכנדיק עפּעס מיט וואָס צו פֿאַרתּכלעווען דעם טאָג. אונדזער דירה איז באַשטאַנען פֿון אָנדערהאַלבן צימערן מיט אַ באָדצימער, האָב איך גאַנץ גיך אויסגעגראָבן אַלע באַהאַלטענע אוצרות אין איר: צוויי שרויפֿן, אַ טויטער טאַראַקאַן, מײַן טאַטנס אַן אַלטער זאָק און אַ בינטל בריוו וואָס זענען, לויט זייער געלער קאָליר און קרישלדיקע עקן, בפֿירוש געווען אַ סך עלטער ווי איך. די בריוו זענען נישט געווען אויף ענגליש און נישט אויף שפּאַניש; מיט די צוויי שפּראַכן האָבן זיך געענדיקט מײַנע לינגיוויסטישע קענטענישן, און די איינציקע לאַטײַנישע אותיות צו געפֿינען זענען געווען אויף די קאָנווערטן, נישט מער ווי אַ שאָלעכץ פֿון אַדרעסן און נעמען פֿאַרן קערן פֿון זאַפֿטיקע געשעענישן, וואָס האָבן זיך ווי אויף צו להכעיס באַהאַלטן פֿאַר מיר אין זייער רעכטס־צו־לינקס־שטומקײט.
אָט די שטומקייט האָט געקלונגען אין מײַנע דרײַצן־יעריקע אויערן ווי אַ גרילצנדיק קלאָרע באַשולדיקונג אינעם קדמונישן חטא פֿון אַנאַלפֿאַבעטיזם. איך, וואָס האָב זיך געלערנט צו לייענען ענגליש אין גאַנצן אַליין אינעם עלטער פֿון קנאַפּע פֿיר יאָר, מיט דער געטרײַער הילף פֿון מײַן מאַמעס איינציקן מאַגאַזין, „אַלע מעגלעכע טעותים וואָס מען קען מאַכן מיט אַ נישט־ריכטיקן קרעם פֿאַר די האָר‟, בין איצט געקרוינט געוואָרן דורך די מאָדנע קאַסאָקע אותיות פֿאַרן גרעסטן העלד פֿון אומפֿאַרשטאַנד, דעם איינציקן וואָס האָט זיך מיט זיי געטראָפֿן און האָט נישט געקענט אַרויסדרינגען קיין ברעקעלע פֿון דעם וואָס זיי זײַנען אויסן! דאָס נײַע ליכט אין וועלכן איך האָב זיך פּלוצעם דערזען האָט געשאַפֿן בײַ מיר אַ גאַנץ באַאומרויִקנדיק געפֿיל במשך אַ פּאָר שעה, ביז חבֿרה איז געקומען מיך פֿאַרבעטן אין גאַס קאָפּען אַ פּילקע. די שאָרסטקע רײַבונג פֿון מײַנע לויפֿנדיקע פּיאַטעס קעגן דעם טראָטואַר, דאָס באַאײַנדרוקטע פֿײַפֿן פֿונעם ווינט יעדעס מאָל וואָס איך האָב זיך פֿלינק אַ לאָז געטאָן אין דער ריכטונג צום טויער, דער דראַנג צום נצחון איבער די שפּילער פֿון דער קעגנערישער מאַנשאַפֿט — וועלכע איך האָב נאָך געציילטע מינוטן שפּילן גערן אָנגענומען פֿאַר מײַנע בלוטיקסטע שׂונאים — האָבן מיך באַפֿרײַט פֿון זכּרון פֿונעם פֿריִערדיקן בזיון.
אַפֿילו די אַכזריותדיקסטע שלאַכטן שטייען אין סכּנה ווען אויף ביידע זײַטן רופֿן מאַמעס די מידע קעמפֿערס אַהיים אויף וועטשערע. אַזוי האָט זיך אויסגעלאָזן אויך אונדזער געראַנגל. זיצנדיק בײַם עסטיש מיטן אָוונטלעכן טעם פֿון אויפֿגעוואַרעמטע שיריים אין מויל, האָט מיר ווידער אַנטקעגנגעוווּנקען דער קאָמאָד, אין וועלכנס דריטן שופֿלאָד עס איז געלעגן דער שטויביקער באַווײַז פֿאַר מײַן עם־הארצות.
דאָס ברוין־לאַקירטע הענטל פֿונעם דריטן שופֿלאָד האָט זיך ווי געבעטן געצויגן צו ווערן און די קוואַדראַטנע קאַכליעס האָבן אָנגעוויזן אַ וועג אויפֿן פּאָל וואָס האָט געפֿירט גלײַך צו אים. בין איך נאָכגעגאַנגען בלית־ברירה, ביז איך האָב זיך ווידער געפֿונען פּנים־אל־פּנים מיט מײַנע צוויי־דימענסיאָנעלע קעגנער. פֿאַרשטאַנען האָב איך ווײַטער גאָרנישט, נאָר פֿון פֿרוסטרירנדיק גלאָצן אויף די בריוו, וואַרטנדיק אויף עפּעס אַ גאולה, עפּעס אַ מלאך פֿון וויסן וואָס זאָל מיך קומען ראַטעווען, האָט זיך מיר שוין אײַנגעקריצט אין קאָפּ דער נאָמען פֿונעם שיקער: הירש מינסקי. אַ פּנים, ער האָט אַרויסגעשיקט נישט ווינציק בריוו, נאָר קיין איינער פֿון זיי איז נישט אָנגעקומען צום ציל — יעדער איינער פֿון די קאָנווערטן איז געווען באַפּוצט מיט אַ רויטן שטעמפּל פֿון פּאָסטביוראָ, וואָס האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז דער דאָקומענט איז צוריקגעשיקט געוואָרן, נאָך דעם וואָס עס האָבן זיך נישט אָפּגעפֿונען די צו וועמען די בריוו זײַנען געווען אַדרעסירט.
אַזאַ רחמנות האָב איך געהאַט אויף יענעם הירש, וואָס האָט אַוועקגעפּטרט אַזוי פֿיל טעג פֿאַרשוואַרצנדיק ריינע בלעטער מיט ענגע פּאַראַגראַפֿן, פֿאַרפּאַקנדיק מעלדונגען און אַנעקדאָטן אין קאָנווערטן מיט פּוילישע אַדרעסן — נאָר כּדי זיי אַלע צוריקצוקריגן און פֿאַרשליסן אונטער דעם שרײַבטיש אויף וועלכן זיי זײַנען געשאַפֿן געוואָרן. רחמנות איז אָבער אַ געפֿיל וואָס דאַרף זיך נערן פֿון נאָך און נאָך געשעענישן כּדי אויסצוהאַלטן לאַנג, און אַז עס האָט זיך קיין מאָל נישט געיאַוועט אין דער היים נאָך עפּעס וואָס זאָל האָבן צו טאָן מיט יענעם מאַן, האָט זיך דאָס רחמנות בײַ מיר אײַנגעשטילט.
ווער ווייס ווי לאַנג איך וואָלט נאָך געלאָזן יענע בריוו פֿוילן אין טוכלען קאָמאָד, ווען נישט יענער ערשטער בריוו פֿון ישׂראל, מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער. עס איז געווען אין דער לעצטער תּקופֿה איידער טעלעפֿאָנען האָבן איבערגענומען די קאָמוניקאַציע־וועלט: אויף שיפֿן, אַוויאָנען, ראָווערס און קאַמיאָנען, האָבן בריוון־טרעגער איבערגעפֿירט מענטשנס געלעכטער, צער, צאָרן און שטאָלץ. אין מײַן דעמאָלטיקער וועלט, וואָס האָט זיך געצויגן פֿון דער קאַנאַל־גאַס ביז דער פֿינפֿטער, זענען אָבער בריוו נישט געווען באמת נייטיק. מע האָט זיך געטראָפֿן מיט שכנים און חבֿרים אויף דער גאַס און דאָרט געפֿירט שמועסן און דיסקוסיעס וויפֿל עס האָט זיך נאָר געגלוסט. דאָס פּעקעלע געטריקנטע בלומען, מושלען און שטיינדלעך וואָס איז אָנגעקומען צו אונדזער דירה איין אינדערפֿרי איז געווען פֿאַר מיר אַ גרויסער חידוש.
די פֿרייד איבערן קריגן אַן אייגענעם בריוו האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטוישונג, ווען איך האָב אײַנגעזען אַז דער בריוו איז נישט באמת פֿאַר מיר, און שפּעטער אין אַ גרויסער איבערראַשונג, ווען איך האָב דערזען אַז ער איז פֿאַר הירש מינסקין — אַ מאַן וואָס האָט, לויט די דאַטעס אויף זײַנע בריוו, געוווינט אין מײַן איצטיקער דירה מיט העכער 30 יאָר צוריק. ווי אַ צוגאָב צו די פּאָר אומגעריכטע שמאָנצעס, איז געקומען אַ צעטל אויף יענער משונה־קאַפּויערדיקער שפּראַך. הילפֿלאָז בין איך געשטאַנען בײַם פּאָסטקעסטל דרייענדיק דאָס צעטל אויף אַלע זײַטן, ביז עס האָט זיך פּלוצעם געיאַוועט מײַן דערלייזער — נישט קיין מלאך און נישט קיין שׂרף, נאָר די נײַנציק־יעריקע שכנה פֿונעם פֿערטן שטאָק אין אונדזער בנין. זי איז געווען אַ טייל פֿונעם הויז ווי דער צעמענט פֿון די ווענט, אַזוי אײַנגעוואָרצלט אַז זי האָט אַליין שוין נישט געדענקט פֿון וועלכע מקומות זי איז אַהער געקומען. טראַף נאָך טראַף, האָט איר אוראַלטע צונג אויסגעוויקלט אין מײַנע נײַגעריקע אויערן פֿרעמדע ווערטער, צוגעבנדיק אַן איבערזעצונג נאָך יעדן זאַץ:
„טײַערער זיידע, הײַנט האָבן מיר געהאַט אַן אויפֿגאַבע אין קלאַס: צו שרײַבן אַ באַקאַנטן אין אויסלאַנד אַ בריוו וואָס דערציילט וועגן דער שיינקײט פֿון אונדזער פּרעכטיק לאַנד. די מאַמע זאָגט אַז דו ביסט בלינד — עס מאַכט נישט אויס, צי דײַנע אויגן אַרבעטן יאָ צי נישט. די לערערקע האָט ליב צו זאָגן, אַז נאָר מיט דער ייִדישער ערד צווישן די פֿינגער קען מען פֿילן ווי שטאַרק זי איז אונדזערע און מיר זענען אירע — שיק איך דיר אַנשטאָט בילדער און לאַנגע באַשרײַבונגען, ברעקלעך ארץ־ישׂראל־ערד אָנצוקוקן מיט די הענט. די מאַמע זאָגט אויך אַז קיינער ווייס נישט וווּ דו ביסט — אָבער איך האָב געמוזט אויספּרוּוון דעם איינציקן אַדרעס דײַנעם וואָס מיר קענען, ווײַל דײַן ענטפֿער רעכנט זיך פֿאַר צוואַנציק פּראָצענט פֿונעם צייכן. מיט אַ סך דרך־ארץ, שירה.‟
די בריוו זענען געווען אויף אַ ייִדישער שפּראַך, האָט די אַלטיטשקע מיר דערציילט — אויף ייִדיש. מײַן באָבע וואָלט זיכער געזאָגט אַז נאָר ייִדן קען אײַנפֿאַלן צו שרײַבן אויף צו להכעיס קאַפּויער ווי די רעשט מענטשהייט, נאָר איך האָב דעמאָלט נישט געקענט קיין שום ייִדן, האָב איך נישט געפֿילט קיין ספּעציעלע באַדערפֿעניש אויסצודריקן אַ מיינונג וועגן זייער גאַנץ פֿאָלק, און האָב זיך באַנוגנט מיט צובאָמקען, נישט פֿאַרשטייענדיק אין גאַנצן וואָס זי האָט פֿאָרגעלייענט. איין זאַך איז אָבער פֿאָרט אַרײַנגעדרונגען אין מײַן זעכצן־יעריקן קאָפּ — צוואַנציק פּראָצענט פֿון אַ צייכן איז גאָר נישט קיין קלייניקייט! ענטפֿערן עפּעס אין נאָמען פֿונעם פֿאַרלוירענעם זיידן — וואָס האָט בפֿירוש שוין נישט געלעבט אויף אונדזער אַדרעס — האָט געקלונגען ווי אַ גלענצנדיקער אײַנפֿאַל.
שרײַבן ייִדיש האָב איך בײַם אָנהייב אין גאַנצן נישט געקענט, האָב איך אַנטוויקלט אַ טעכניק פֿון קאָפּירן זאַצן פֿון די צופֿעליקע בריוו וואָס איך האָב געפֿונען בײַ זיך אין שופֿלאָד. נישט קיין צו ראַפֿינירטער מעטאָד, נאָר מיט אַ ביסל הילף פֿון יענער שכנה האָב איך באַוויזן צו פֿאַרוואַנדלען שטיקלעך אויטענטישע אַרויסזאָגן פֿון הירש מינסקי אין מער ווייניקער קאָהערענטע טעקסטן: „איך האָף זיך צו פֿאַראייניקן מיט דיר בקרובֿ. אין מלחמות, פֿאַרמאַכן מענטשן זייערע הערצער אין סלויען אויף הויכע פּאָליצעס, ווײַט פֿון דער האַנט, ביז עס ווערט ווידער שלום. נאָר מײַן האַרץ איז נאָך נישט צעשמאָלצן געוואָרן אין זויערן זאַפֿט און צווישן דעם דעקל און דעם סלוי האַלט איך אָפֿן אַ שפּאַלט. שיק מיר אַ גרוס, לאָז מיך וויסן אַז איך זיפֿץ אומזיסט, אַז יעדע מינוט וואַרטן דערנענטערט די העלערע טעג‟, אָדער „הײַנט האָב איך זיך געלערנט אין מאַרק ווי עס הייסן פֿאַרשיידענע גרינסן אויף ענגליש — האָט זיך בײַ מיר אויפֿגעוועקט די פֿראַגע וואָס עסט מען בײַ אײַך, צי איר עסט גוט, צי איר שלאָפֿט גענוג, צי איר וווינט צווישן פֿיר פֿעסטע ווענט. איין טאָג וועט איר מיך קענען קומען באַזוכן דאָ, אין דער גאָלדענער מדינה וואָס גלאַנצט נישט תּמיד ווען איך בין אַזוי עלנט און מיד.‟
מיט די פּאָר שורות האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאָרעספּאָנדענץ וואָס וואָלט געווען ווערט אַן אָרט אין מוזיי: מײַנע בריוו, מאָדערנע איבעראַרבעטונגען פֿון היסטאָרישע דאָקומענטן, און אירע בריוו, קאָנווערטן פֿול מיט פּיטשעווקעס פֿון איר טאָג־טעגלעך לעבן. מיט די יאָרן זענען אירע בריוו געוואָרן לענגער, און איך האָב זיך אַוועקגעזעצט לערנען די געהיימענישן פֿון דער ייִדישער שפּראַך ביזן לעצטן פּינטל, כּדי נישט צו פֿאַרפֿעלן קיין איין ברעקל פֿון דער לעבנס־פּאַנאָראַמע וואָס זי האָט פֿאַר מיר געצייכנט מיט אירע ווערטער: פֿעלדער, פּלאַזשעס, טענץ, מלחמות, אַלץ האָב איך אײַנגעשלונגען ווי אַן אויסגעהונגערט העזל. זי האָט תּמיד געהאַט נײַעס אויף אָנצופֿילן זײַטן איבער זײַטן, און איך האָב זיך געאַמפּערט מיט אַלטע מאַטעריאַלן, פּרוּוונדיק אויסצוקראַצן פֿון זיי יעדעס מאָל נײַע פֿראַזעס.
מײַן נײַ וויסן איז אָבער נישט געקומען אָן קיין פּרײַז. מיט יעדן יאָר וואָס איז אַריבער, האָב איך בעסער פֿאַרשטאַנען הירשס בריוו צו זײַן ווײַב און משפּחה אין פּוילן, וואָס האָבן נישט צוריקגעשריבן קיין איין מאָל. איך בין אײַנגעטונקען געוואָרן אין זײַן ביטערן טרויער, און זײַן פֿאַרצווייפֿלטע האָפֿענונג איז געוואָרן מײַנע, ווען איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז דווקא מיט מיר האָט געטראָפֿן דאָס גליק וועגן וועלכן ער האָט אומגעדולדיק געחלומט במשך אַ יאָרצענדליק. דער ערשטער גרוס פֿון זײַנער אַ קרובֿטע איז אַרײַנגעפֿאַלן גלײַך אין מײַנע אומגעלומפּערטע הענט, וואָס האָבן זיך גענומען פֿעלשן אַ גאַנצע פֿיקטיווע באַציִונג. אָפּשטעלן דעם קוואַל פֿון אירע אָפּפֿרישנדיקע מעשׂיות האָב איך זיך נישט דערוועגט, נאָר לייענענדיק אירע באַריכטן האָט מײַן בלעזלדיק געוויסן געהאַלטן אַלץ נענטער צום פּלאַצן.
עס איז מאָדנע, וואָס פֿאַר אַ השפּעה דער עבֿר קען האָבן אויף אַ מענטשן. פֿון אַ דיסטאַנץ פֿון צענדליקער יאָרן, האָבן הירש מינסקיס ווערטער געקלונגען כּמעט הייליק, און דאָס אָבסעסיווע שטודירן דאָס ביסל אינפֿאָרמאַציע וואָס איך האָב אַנטדעקט וועגן אים איז געוואָרן אַ מרה־שחורהדיקע רעליגיע בײַ מיר. זײַן ווײַטע פֿאַרגאַנגענהײט איז געלעגן אויף מײַן שרײַבטיש, כראָנאָלאָגיש אָרגאַניזירט, און זײַן צוקונפֿט האָט מיר געשריבן פֿון אַן אַנדער קאָנטינענט. אָבער צווישן די ביידע זענען געלעגן אויסגעצויגענע לעכער, וואַרטנדיק אויף עמעצן וואָס זאָל אויפֿדעקן געשעענישן און זיי פֿאַרלאַטען.
ווען איך בין געווען אַרום דרײַ און צוואַנציק יאָר אַלט, איז אָנגעקומען די מעלדונג וועגן איר קרענק. איך האָב אָנגעהויבן קריגן אויסגעפֿאַלענע האָר און ליידיקע רפֿואה־פּושקעלעך פֿון מעבֿר־לים, באַקלעפּט מיט קוויטלעך און רעשטלעך בלוט. אָפּטאָן אַ שווינדלערײַ ווען אַלע באַטייליקטע זענען געזונט און שטאַרק איז איין זאַך, אָבער אָפּנאַרן אַ קראַנק, הילפֿלאָז מיידל איז שוין אַן אַנדער זאַך אין גאַנצן — בין איך געקומען צום אויספֿיר אַז די וואָר מוז אַנטפּלעקט ווערן וואָס גיכער. מיט ציטערנדיקע פֿינגער, האָב איך צום ערשטן מאָל אונטערגעחתמעט מײַן אייגענעם נאָמען בײַם שפּיץ פֿון אַ בריוו צו איר — אַ ווידוי אין וועלכער עס זענען אַרײַנגעבראָקט געוואָרן נישט ווייניק שלאָפֿלאָזע חרטה־נעכט. העלדיש האָב איך איר געגעבן דאָס וואָרט אַז איך לאָז זיך אַרויס זוכן דעם אמתן הירש מינסקין, און זאָל זײַן וואָס וועט זײַן.
געזאָגט און געטאָן: מײַן קינדישער מינהג פֿון נישטערן און חקרענען זיך וועגן דעם באַהאַלטענעם איז צו ניץ געקומען בײַם דורכבלעטערן אַלטע טעלעפֿאָן־ביכער, פֿון וועלכע איך האָב אַרויסגעפֿישט אַן אַדרעס פֿון אַ „הירש מינסקי‟ אין אַ ייִדישן מושבֿ־זקנים אין ניו־דזשערזי. די פֿערציק־מינוטיקע נסיעה פֿון מײַן קוואַרטאַלעכל אין ניו־יאָרק ביזן פּאַלאַץ פֿאַר מיטלקלאַסיקע עובֿר־בטלדיקע פּאָרפֿעלקער, האָט מײַן דמיון אָנגעפֿילט מיט פּאָטענציעלע פֿראַגעס צו שטעלן הירשן. נישט יעדן טאָג געשעט אַז מע טרעפֿט זיך צום ערשטן מאָל מיט עמעצן וואָס מען קען ציטירן אויף אויסנווייניק — האָב איך געוואָלט אויסניצן די געלעגנהייט ווי עס באַדאַרף צו זײַן. אין מײַן ווילדער פֿאַנטאַזיע האָב איך זיך שוין פֿאָרגעשטעלט ווי איך ברענג אים צו פֿירן אויף מײַנע אייגענע נאַקעטע פּלייצעס קיין ארץ־ישׂראל, זיך צו טרעפֿן מיט דער טאָכטער און דעם אייניקל מיט וועלכע ער האָט זיך נישט באַוויזן צו באַקענען.
אַלע ראָמאַנטישע מחשבֿות וועגן דעם שמייכל וואָס דעם זיידנס ליפּן וועלן פֿורעמען, וועגן דעם גלאַנץ וואָס וועט זיך יאַווען אין דעם אייניקלס אויגן, וועגן מײַן בכּבֿודיקער ראָלע ווי אַ פֿאַראייניקער פֿון בענקענדיקע נפֿשות — זענען נעלם געוואָרן מיט איין בייזן בליק פֿון דער וועכטערקע אינעם בלישטשענדיקן אַרײַנגאַנג־זאַל פֿון מושבֿ־זקנים. ווען זי האָט מיך געפֿרעגט וועמען איך קום באַזוכן, האָב איך געענטפֿערט אַז איך קום באַזוכן מײַן זיידן, הירש מינסקי. זי האָט מיר מיט אַ פּאָר אַרויסגעבורטשעטע טראַפֿן געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז דאָס איז אַ ייִדישער מושבֿ־זקנים, בלויז פֿאַר ייִדן, און אַז זי באַדויערט זייער, אָבער איך זע נישט אויס ווי אַ ייִד. איך בין נישט געווען זיכער ווי עס דאַרף אויסזען אַ ייִד, נאָר איך האָב איר געשוווירן אַז איך בין נישט ווינציקער ייִד ווי יעדער אַנדערער אין בנין. זי האָט געוואָרפֿן אַ סקעפּטישן קוק אויפֿן זילבערנעם קרייצל אַרום מײַן האַלדז, האָב איך גיך דערקלערט אַז איך טראָג אים נאָר פֿון כּבֿוד וועגן צו מײַן באָבען עליה־השלום. ווען די וועכטערקע האָט זיך צעלאַכט און געפֿרעגט צי אָט די באָבע איז צופֿעליק געווען דאָס ווײַב פֿון מײַן פֿרומען ייִדישן זיידן, האָב איך זיך אָפּגעטראָגן פֿונעם אָרט אַ פֿאַרפֿלאַמטער. פֿון דער ווײַטנס האָט די וועכטערקע נאָכגעשריגן אַז סײַ ווי איז בײַ זיי נישטאָ קיין הירש מינסקי אויף די רשימות.
צוריקקומענדיק אַהיים האָט געוואַרט אויף מיר דער לעצטער בריוו, אַן ענטפֿער אויף מײַן הודאה — עס האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז שירה האָט שוין געהאַט אַ חשד אַז דער קרעאַטיווער מחבר פֿון די בריוו איז נישט פּונקט געווען אירער אַ קרובֿ, און עס האָט איר נישט באמת געאַרט. איר איז געווען גענוג צו קריגן אַ באַשטעטיקונג אַז דער העלדישער זיידע, וועגן וועלכן מע האָט זי געקאָרמעט מיט מעשׂיות במשך איר גאַנצער קינדהייט, האָט אַ מאָל טאַקע עקזיסטירט. איר העכסטער ציל איז געווען אויפֿצוטאָן עפּעס וואָס וואָלט אים שטאָלץ געמאַכט, צו קעמפֿן און נקמה נעמען פֿאַר זײַנע לײַדן. אַפֿילו מיטן קאָפּ אָנגעשפּאַרט אויף אַ ביליקן שפּיטאָל־קישן און מיט אינפֿוזיע־נאָדלען אַרײַנגעשטאָכענע אין אירע אָדערן, האָט זי זיך אָנגעטאָן אַ כּוח צו ווערן געזונט און אַרײַן אין אַרמיי צו באַשיצן דאָס איינציקע אָרט וווּ ייִדן וועלן קיין מאָל נישט געפֿינען קיין טריפֿנדיקע האַקנקרייצן אויף זייערע פֿענצטער.
פֿאַר מיר איז דער נאָמען הירש מינסקי נישט געוואָרן קיין מאָטיוואַציע אַרויסצוגיין אויף גראַנדיעזע קאַמפֿן — אפֿשר איז עס געווען צוליב מײַן פּחדנישקייט, צוליב מײַן פּאַציפֿיזם, צי צוליב ביידע צוזאַמען. אפֿשר האָב איך נישט געהאַט קיין היימלאַנד צו פֿאַרטיידיקן. דאָס לאַנד וווּ איך האָב געוווינט פֿלעגט תּמיד אַרויסווײַזן ווינציקער ווילן מיך צו אינטעגרירן, ווי עס האָט זיך מיר געגלוסט אינטעגרירט צו ווערן. נאָר דער טינטענער פֿאָדעם וואָס האָט זיך געגאָסן פֿון הירשס פּען האָט מיך געפּענטעוועט צו זײַן גײַסט, און איך האָב געוווּסט אַז אַ תּיקון פֿאַר אונדז ביידן וועל איך געפֿינען נאָר ווען איך וועל געפֿינען אים אַליין.
די זון האָט שוועבנדיק אויף מערבֿ צוגעמאַכט אירע אויגן־לעפּלעך, און איך האָב זיך דערמאָנט אין נאָך אַן אַדרעס, וואָס יעדערער באַזוכט פֿריִער צי שפּעטער. נאָכגייענדיק דעם שריט פֿון דורות, האָב איך געבלאָנדזשעט צווישן באַוואָקסענע מצבֿות ביזן פֿרימאָרגן, ווען נײַ־געבוירענע שטראַלן האָבן זיך גענומען רייזלען איבערן בית־עולם און באַלויכטן אַן אויפֿשריפֿט אויף אַ קליין פֿאַרנאַכלעסיקט טעוועלע, ווײַט פֿון אַלע אַנדערע: „הירש מינסקי, 1950, גענומען זײַן אייגן לעבן כּדי נישט צו זען די וועלט אָן זײַנע געליבטע‟. מיט יאָרן צוריק האָט שירה מיר דערציילט איר מאַמעס אַ מעשׂה, וועגן ווי מע האָט צווישן חבֿרים פֿאַרקײַקלט אַ שמועה אַז הירש האָט זיך אַליין צעשטערט די ראיה נאָך דער מלחמה, כּדי נישט צו דאַרפֿן מורא האָבן פֿון די שוידערלעכע געשעענישן וואָס ער האָט געזען אַרום זיך. אָבער צום סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז הירש מינסקי, דער גיבור, איז נישט געווען בלינד — ער איז געווען טויט.
מײַן און שירהס בשותּפֿותדיקער עבֿר איז געלעגן אונטערן זעלבן בערגל ערד, אַרום וועלכן איך האָב אויסגעשטעלט די פֿאַרשיידענע מתּנות וואָס זי האָט געשיקט איר זיידן מיט יאָרן פֿריִער. בײַ מיר איז עס געווען אַן אויסגעקליבענער עבֿר — מײַן פּערזענלעכקייט האָט אײַנגעשלונגען די לעבנס־געשיכטע פֿון אַ פֿרעמדן, וואָס איז געוואָרן אַ טייל פֿון מײַן גײַסטיקן און קולטורעלן קיום. טויטע איז שווער שטאָלץ צו מאַכן, נאָר דאָס געדענקען און דורכמאַכן יעדן טאָג מיט זייערע ווערטער אין הינטערגרונט, איז אַן אופֿן אויפֿצוהאַלטן בײַם לעבן זייער וויכטיקסטן טייל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO