וואָס צוויי פֿאָרשער האָבן אַנטפּלעקט וועגן ייִדן אין פּוילן פֿאַרן חורבןWhat two researchers revealed about Jews in prewar Poland
דער געמיינסטער פּאָליאַק איז געווען אויף אַ העכערער געזעלשאַפֿטלעכער מדרגה ווי דער פֿאַרפּוילישסטער ייִד.
אויב מע וויל לייענען אַ כּוללדיקע באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין וואַרשע ביזן סוף 19טן יאָרהונדערט, איז כּדאַי איבערצולייענען דאָס דרײַבענדיקע בוך, „געשיכטע פֿון ייִדן אין וואַרשע“, פֿון יעקבֿ שאַצקי.
יעקבֿ שאַצקי איז געווען אַ וואַרשעווער ייִד וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה און צענדליקער יאָרן געווען אַ פֿאָרשער בײַם ייִוואָ. ער איז געשטאָרבן אין 1956 צו 63 יאָר, איידער ער האָט געענדיקט זײַן לעבנסווערק — חוץ די דרײַ בענד האָט ער בדעה געהאַט אָנצושרײַבן אַ פֿערטן, וואָס די נאָטיצן דערויף זענען אַ טייל פֿון זײַן עזבֿון אינעם אַרכיוו פֿונעם ייִוואָ.
די דרײַ בענד נעמען אַרום דעם ייִדישן ייִשובֿ אין וואַרשע, און צום טייל אויך די פּוילישע פּראָווינץ, פֿון די עלטסטע צײַטן ביז 1896. פֿאַר וואָס בלויז ביז 1896? וואָרן שאַצקיס פֿאָרשצוגאַנג איז געווען אַן אויסשעפּיקער. ברענגט ער אין זײַן מײַסטערווערק אָן אַ שיעור פּרטים פֿון ייִדישן לעבן מיט אַרומנעמיקער סטאַטיסטיק אד״גל. מײַן אָפּשאַצונג וועט, פֿאַרשטייט זיך, זײַן קירצער:
דער טרויעריקער אמת פֿון ייִדן אין וואַרשע איז דאָס וואָס נישט־געקוקט אויף די הונדערטער יאָרן וואָס זיי האָבן געלעבט אין פּוילן זענען זיי ביזן (און אַפֿילו נאָכן) חורבן אַלע מאָל געבליבן פֿרעמדע, בדרך־כּלל נישט־אָנגעלייגטע געסט. כאָטש קאַזשימיעזש דער גרויסער האָט אין 14טן י״ה פֿאַרבעטן ייִדן (און דײַטשן) קיין פּוילן, זיי זאָלן העלפֿן מאָדערניזירן די עקאָנאָמיע, כּדי דאָס לאַנד זאָל קענען לעבן נישט בלויז פֿון אַגריקולטור, נאָר פֿון האַנדל און מיט דער צײַט פֿון אינדוסטריע אויך, האָט דאָס פֿאָלק קיין מאָל נישט געהאַלטן פֿון די נײַ־געקומענע. למשל, ווי נאָר פּאָליאַקן האָבן זיך אויסגעלערנט צו פֿירן געשעפֿטן זענען ייִדן שוין געוואָרן אומגעוווּנטשענע קאָנקורענטן. צוליב אַזאַ קינאה־שׂינאה האָט מען דורך די יאָרהונדערטער געפֿונען כּלערליי אופֿנים צו באַגרענעצן די צאָל ייִדן אין וואַרשע: 1) אין גאַנצן נישט אַרײַנלאָזן קיין ייִדן אין דער שטאָט; 2) אַרײַנלאָזן און דערנאָכדעם אַרויסטרײַבן; 3) אַרײַנלאָזן בלויז אַ קליינע צאָל אויף אַ קורצער צײַט, אַ שטייגער: צו האַנדלען בײַ טאָג, אָבער נישט צו וווינען; 4) רעכענען געלט פֿאַר אַרײַנקומען אָדער געפֿינען זיך אין דער שטאָט.
לויט דער תּקופֿה און לויט די מושלים האָט זיך דער צוגאַנג געביטן. נאָך דער לעצטער צעטיילונג פֿון פּוילן, ווען די פּוילישע מלוכה האָט אויפֿגעהערט צו עקסיסטירן און וואַרשע איז געוואָרן אַ טייל פֿון רוסיש פּוילן, האָבן זיך ייִדן געמוזט רעכענען סײַ מיט די פּאָליאַקן, סײַ מיט די רוסן, סײַ מיט דער קעגנאַנאַנדיקער שׂינאה צווישן יענע און די אָפֿטע פּוילישע מרידות.
ווי מיר ווייסן פֿונעם 20סטן י״ה קען ס׳פּוילישע פֿאָלק נישט שלום מאַכן מיט פֿרעמדע מושלים — אָט זענען פּאָליאַקן געשטאַנען אויבן אָן בײַם אַראָפּוואַרפֿן דעם קאָמוניסטישן יאָך פֿון מיזרח־אייראָפּע, ווי אויך געשטעלט דעם שטאַרקסטן ווידערשטאַנד די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. איז נישט קיין חידוש, אַז בשעת דער רוסישער שליטה זענען געווען גרויסע אויפֿשטאַנדן אין 1794, 1831 און 1863.
וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן די ייִדישע שטעלונג צו די אויפֿשטאַנדן? אַ סך וואַרשעווער ייִדן בפֿרט און פּוילישע ייִדן בכּלל האָבן זיך באַטייליקט אין אָדער געשטיצט די מורדים, אָבער נאָך די דורכפֿאַלן האָבן זיי געהאַט אויסצושטיין סײַ פֿון רוסישע שׂונאי־ישׂראל (צוליב זייער שטיצן די אויפֿשטאַנדן), סײַ פֿון פּוילישע (פֿאַר נישט זײַן גענוג שטאַרקע פּוילישע פּאַטריאָטן).
האָבן ייִדן אין רוסיש פּוילן זיך באַמיט צו געפֿעלן ביידע צדדים, אָבער על־כּולם דעם וואָס צווישן אים האָבן זיי געלעבט. איז געוואָרן אַ ויתרוצצו צווישן פֿאַרשיידענע שיטות: געווען חסידים, מתנגדים און אַזוי גערופֿענע „אויפֿגעקלערטע“. געווען אַסימילאַטאָרן פֿון כּלערליי שאַטירונגען, לויט דעם אויף וויפֿל זיי האָבן זיך געוואָלט פֿאַרפּוילישן שפּראַכיק, קולטורעל און אַפֿילו רעליגיעז. געווען פֿרומע ייִדן וואָס זענען געווען גרייט איבערצונעמען ס׳פּוילישע לשון און קולטור, בשעת אַנדערע האָבן געוואָלט בלײַבן אין די אייגענע דלתּ אַמות. אַ נישקשהדיקע צאָל ייִדישע משפּחות, דער הויפּט, אָבער לאַוו־דווקא, גבֿירישע, האָבן געפֿונען די „ישועה“ דורך שמדן זיך. אָט איז דער שרײַבער און אַרויסגעבער פֿון דער העברעיִשער צײַטונג „הצפֿירה“, חיים־זעליג סלאָנימסקי (1810־1904), אויפֿגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער סבֿיבֿה און געוואָרן אַ פֿאָנען־טרעגער פֿונעם העברעיִזם. זײַן זון, אַ דאָקטער, האָט זיך געשמדט און אויפֿגעצויגן זײַנע קינדער אינעם קאַטוילישן גלויבן. אַן אייניקל, אַנטאָני סלאָנימסקי (1895־1976), איז געוואָרן איינער פֿון די אָנגעזעענסטע פּוילישע פּאָעטן פֿונעם 20סטן י״ה און נישט קיין גרויסער ליבהאָבער פֿון ייִדן (ערשט נאָכן חורבן האָט ער אָנגעשריבן זײַן „עלעגיע פֿון די ייִדישע שטעטלעך“, וווּ ער ווײַזט אַרויס נאָסטאַלגיע נאָך די אומגעקומענע ייִדן). בײַ פּאָליאַקן איז ער, אָבער, ווײַטער פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ ייִד…
זאָל מען נישט מיינען, אַז די באַציִונגען צווישן ייִד און נישט־ייִד זענען אַלע מאָל געווען שלעכטע. געווען נישט־ווייניק ייִדן־פֿרײַנדלעכע פּאָליאַקן, אָבער בדרך־כּלל מיטן תּנאַי, אַז ייִדן זאָלן פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן כאָטש די דרויסנדיקע סימנים פֿון ייִדישקייט: די טראַדיציאָנאַלע הלבשה, ס׳ייִדישע לשון, ס׳וווינען בלויז צווישן ייִדן. טאָמער מיינט מען, אַז דאָס שטעלן אַזוינע תּנאָים איז אַ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם זאָל מען וויסן, אַז אויך „אויפֿגעקלערטע“ ייִדן האָבן פֿאַרלאַנגט ס׳זעלביקע בײַ פֿרימערע; ווען ס׳זענען געפֿאַלן גזירות פֿון דער רוסישער מאַכט מיט דער כּוונה אָפּצושאַפֿן די ייִדישע הלבשה איז דאָס טייל מאָל געווען אַ פּועל־יוצא פֿון שתּדלנות מצד אַנדערע ייִדן.
אַ טשיקאַווער משל בײַ שאַצקין וועגן די רײַסערײַען צווישן וואַרשעווער ייִדן: אויפֿגעקלערטע ייִדן וואָס האָבן געוואָלט האָבן וווּ צו דאַווענען, אָבער נישט אין איינעם מיט אמת פֿרומע ייִדן, האָבן געלאָזט אויפֿבויען די גרויסע סינאַגאָגע אויף טלאָמאַצקע, וואָס זי האָט זיך געעפֿנט אין 1878. דאָרטן איז די עבֿודה געווען זייער ענלעך צום רעפֿאָרמירטן נוסח אין דײַטשלאַנד: מע פֿלעג פֿאָרן שבת אין שול, האַלטן דרשות אויף דער לאַנדשפּראַך, שפּילן אויף אַן אָרגל, אַ כּלל — מער קלויסטער ווי שול. האָבן זיך, אָבער, אויך געפֿונען אַזוינע אויפֿגעקלערטע וואָס זיי האָבן געהאַלטן, אַז אַפֿילו אַזאַ פֿאַרגוייִשטע סינאַגאָגע איז צו ייִדישלעך, האָבן זיי פֿאַרלאַנגט אַ נאָך מער פֿאַרפּוילישטן בית־תּפֿילה!
ווי געזאָגט, האָט דאָס אַלץ ווינציק געהאָלפֿן: אַפֿילו די סאַמע אַסימילאַטאָרישע ייִדן זענען קיין מאָל נישט געוואָרן קיין אמתדיקע פּאָליאַקן, צי זיי זענען געבליבן בײַם ייִדישן גלויבן צי נישט. פֿאַר וואָס?
וועגן דעם איז כּדאַי זיך צו פֿאַררופֿן אויף אַ צווייט ווערק, אַ ביכל פֿונעם ייִדיש־פּוילישן סאָציאָלאָג אַלעקסאַנדער הערץ א״ט Żydzi w kulturze polskiej („ייִדן אין דער פּוילישער קולטור“, וואָס איך האָב געלייענט אינעם ענגלישן איבערזעץ). לויטן טיטל האָב איך געמיינט, אַז ס׳וועט זײַן מערנישט אַ קליינע ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישע קינסטלערס, מוזיקערס אד״גל. נאָר ס׳איז אין גאַנצן נישט דאָס: ס׳וואָרט „קולטור“ מיינט דאָ נישט די הויכע קולטור, נאָר ס׳טאָג־טעגלעכע לעבן. הערץ ברענגט אַרויס די היפּאָטעזע, אַז ייִדן אין פּוילן, פּונקט אַזוי ווי שוואַרצע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זענען אַ באַזונדערע קאַסטע.
כ׳מוז מודה זײַן, אַז לכתּחילה האָט מיר דער פֿאַרגלײַך אויסגעוויזן זייער אַן אומיושרדיקער. צי זענען ייִדן אין פּוילן דען געווען אַ מאָל פֿאַרשקלאַפֿט? אָבער וואָס מער כ׳האָב געלייענט, אַלץ בעסער האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס דער מחבר האָט אין זינען: אַז פּונקט ווי דער געמיינסטער ווײַסער דאָ אין אַמעריקע האָט געהאַלטן, און די געזעלשאַפֿט אַרום האָט אים אונטערגעהאַלטן, אַז ער איז בעסער פֿונעם סאַמע קליגסטן, געלערנטסטן, הצלחהדיקסטן שוואַרצן, איז דער געמיינסטער פּאָליאַק אין אַ גרויסער מאָס געווען אויף אַ העכערער געזעלשאַפֿטלעכער מדרגה ווי דער סאַמע פֿאַרפּוילישסטער ייִד. אַזוי אַרום האָט אַן אָרעמער ווײַסער אין אַמעריקע אָדער אַן אָרעמער פּאָליאַק אין פּוילן דאָס וואָס מע רופֿט, לויטן טערמין פֿון וו. ע. ב. דובויס, „פּסיכאָלאָגישע שׂכירות“: שטאָטס געלט פֿאַרדינט מען, אַזוי צו זאָגן, האָנאָר. דאָ איז דאָס האָבן שוואַרצע הויט איז געווען אַ „פֿלעק“ וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן; אין פּוילן איז אַזוי געווען אַ ייִדישער אָפּשטאַם, ווי מיר האָבן געזען אינעם פֿאַל אַנטאָני סלאָנימסקי. ס׳איז אויך באַקאַנט, אַז פֿרומע ייִדן אין דער טראַדיציאָנעלער הלבשה זענען בײַ אַנדערע ייִדן און אַוודאי בײַ פּאָליאַקן געווען גרויס אין די אויגן: פֿאַר וואָס דאַרפֿן זיי זײַן מיט אַזוי פֿיל אַנדערש פֿון „אונדז“? ייִדן וואָס האָבן זיך, אָבער, יאָ געוואָלט אַרײַנפּאַסן האָט מען אָפֿט מאָל נאָך מער חושד געווען: זיי מאַכן דעם אָנשטעל, אַז זיי זענען אַזוי ווי „מיר“, נאָר אין דער אמתן ווילן זיי אַרײַנדרינגען צווישן „אונדז“ כּדי צו קריגן די שליטה איבער „אונדז“. אָט אַזעלכע טענות האָט מען געהערט איבער גאַנץ אייראָפּע: דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, עסטרײַך אאַז״וו אאַז״וו.
אַ כּלל, ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט עס אַ רעטעניש: ווי אַזוי קענען ייִדן זיך אַרײַנפּאַסן אינעם אַרום און פֿונדעסטוועגן בלײַבן ייִדן? אַפֿילו אין דער אַזוי גערופֿענער „גאָלדענער מדינה“ האָבן מיר נישט קיין ענדגילטיקן ענטפֿער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO