ווי שיין איז צו לערנען מעשׂה בראשית על פּי פּשט!How Refreshing To Read Genesis Without Scientific Explanations
דער מחבר שטעלט זיך פֿאָר ווי דער היילמענטש וואָלט אפֿשר פֿאַרשטאַנען דעם וועלטבאַשאַף.
עס איז א באקאנטער פענאמען צו פרואוון פארשטיין די מעשה בראשית לויט דער היינטיגער וויסנשאפט, ווי כאילו די מעשה בראשית זאל שטימען מיט אלעס וואס די פארשער האבן אנטדעקט אדער גייען אנטדעקן.
צום באדויערן פארפעלט מען צו זען דעם סיפור פון מעשה בראשית לויט איר ארגינעלער פאעטישער קוקווינקל, וואס זעט א וועלט מיט א לויטערער פאלקישער בליק — אן שום וויסנשאפטלעכע קונצעלעך און חשבונות, און ווי שיין און פאעטיש איז דוקא אט דער פאלקישער פשטות.
סיי וואס דער כותב התורה זאל נאר נישט האבן געוואוסט פאר זיך אליינס, זאל זיין די גרעסטע געהיימניסן פון קאסמאס, אדער סיי וואס די סודות הינטער דער געוויינטליכער סיפור זאל נישט זיין, איז אבער קענטליך אז די פשטות פון די פסוקים זענען אפגעשילדערט לויט ווי דער איינפאכער היילמענטש וואלט זיך נאך א שטיקל פרימיטיווער חשבון אויסגעדאכט א בריאת העולם. נישט אזוי זאגן אונז חז”ל, דברה תורה כלשון בני אדם – די תורה רעדט א שטייגער ווי מענטשן רעדן?!
לאמיר אריינקלערן ווי ס׳איז געווען אין די אוראלטע צייטן: מיר ווערן געבוירן און וואקסן אויף אינעם אור אלטן פרימיטיוון ארץ ישראל און לעוואנט, ביי א פאלק מיט ווייניג וואס וויסנשאפט אין נאטור. וויל מען אפמאלן פאר אט די פראסטע פעלד ארבייטערס א בריאת העולם דורך אן איינאיינציגן, וויאזוי וואלט געווען די מערסטע פאסיק פארצושטעלן א בריאת העולם, איינפאך, שיין, קורץ, און פארשטענדליך?
עס לייגט זיך אויפן שכל אז די וועלט באשאף אין א וואך צייט איז א מאטיף, געבויט אויף די וואך סיסטעם וואס איז לכתחילה געווען פאר פראקטישע אדער אסטראלאגישע סיבות לטובת די געזעלשאפטליכע לעבן. אז די געזעלשאפט פירט זיך צו האלטן א פעריאד פון זעקס ארבעטסטעג און איין רו טאג, איז א גוטער רעיון אזוי פארצושטעלן גאטס בראשית ארבעט, זעקס טעג מיט א רו טאג דעם זיבעטן. דאס פארשענערט גלייכצייטיג די וואך ווי א סימבאלישער משל און ווי א דערמאנונג פון גאטס מעשה בראשית, אין שפיץ פון שבת, וואס סימבאליזירט די פארפולקאמונג פון גאט’ס יצירה.
אצינד, אז מיר האבן דעם וואך מאטיף, מיט וואס הייבט מען אן, וואס האט דער אייבישטער באשאפן דעם ערשטן טאג? די סברא זאגט אז צום אלעם ערשטן דארף מען ליכטיגקייט, קומט דאס דעם ערשטן טאג, און ווי געשיקט זיך קומט דערמיט א צעטיילונג, האלב צייט ליכטיג, האלב צייט טונקל, אזוי ארום האבן מיר אויכעט נאכט.
דא ברויך מען צו פארשטיין אז אמאל האט דאס פאלק באטראכט די בריאה אנדערש ווי היינט. אפילו אזעלעכע פאקטן וואס ווערן ביי אונז היינט באטראכט ווי זעלבספארשטענדליך. טאג איז לויט די יעניגע פארצייטיקע נישט דוקא געבינדן מיט דעם פייערדיגן אביעקט וואס מארשירט איבערן הימל אלע טאג. די זון, פארוואס אייגנטליך יא? טראכט אריין, די זון קומט ווען ס׳איז שוין טאג און פארגייט ווען ס׳איז נאך טאג. דאס מיינט אז ליכטגקייט איז אודאי א זאך פאר זיך, א ליכטיגקייט וואס הייסט טאג, און איז נישט דוקא געבונדן מיט דער זון.
אז מען האט שוין ליכטיגקייט מיט טונקלקייט, וואס באשאפט גאט דערנאך? דא דארף מען מקדים זיין א שטיקל הקדמה’לע.
פונקט ווי מיט ליכטיגקייט, דארף מען אויך דא געדענקען אז דאס אויסזען פון די גאנצע יצירה איז בימים ההם באטראכט געווארן אנדערש ווי היינט. דאס פאלק האט אים באטראכט ווי א פלאכער טיש מיט א הימלישער קופאל דערויף.
לויטן חשבון פונעם פארצייטישן, אז דער הימל קופאל איז בלוי אן א סוף, ממש ווי דער ים, זילבערנע פלעקן לויפן דארטן דורך, צומאל באגרויען זיי דעם גאנצן הימל, און באטריפן די וועלט מיט וואסער. וואס קען דאס זיין? עס זעט אויס ווי א ים, איז דאס אודאי א ים. די פלעקן, די וואלקענעס זענען ווי ווינטיגע כוואליעס פונעם הימל, און אויף צו ברענגען א מבול אויף דער וועלט פעלט אודאי נישט אויס מער ווי עטליכע פענצטערס פון הימל געעפנט צו ווערן, און די ערד ווערט פארפלייצט.
שטעלט זיך די פראגע, ווי קומט אן אוקיינוס דארטן איבערן הימל? אט איז א פארשטענדליכער ענטפער. ווארשיינליך זענען ביים אנהייב אלע וואסערן געווען אינאיינעם געגאסן איבער די יבשה, נאר גאט האט זיי פונאנדערגעשיידט, די אויבערשטע און די אונטערשטע, און א פאנאנדערשייד־ליילעך האט ער אינדערצווישן געשטעלט — א רקיע, אז די וואסערן זאלן נישט אראפפאלן. מען ברויך דאך א וועלט.
שטעלט זיך ווידער די פראגע, פארוואס איז אויבן פארפילט מיט כל כולו וואסער אבער אונטן איז טייל ים טייל יבשה? קומט א פארשטענדליכער סברא. אודאי זענען קודם די אונטערשטע וואסערן געווען כל כולו פארשפרייט גלייך ווי דער ים אין הימל, האט זיי אבער גאט געהייסן זיך איינזאמלען אויף א באזונדער ארט, אזוי אז אויך יבשה זאל זיך אנזען. מענטשן און לאנד באשעפענישן מוזן דאך האבן אויף וואס צו טרעטן.
יעצט אז די וואסערן זענען אויף זייער ריכטיגן ארט, דער ים האט געמאכט פלאץ פאר די יבשה, איז צייט אז די יבשה זאל זיך אנהייבן צו אנטוויקלען. דער ערשטער נויטיגער זאך פאר א יבשה מיט וואס אנצוהייבן איז פלאנצוגען, אן זיי וועלן דאך חיות נישט קענען לעבן. דאס איז דער דריטער טאג. יענע יארן האט מען נישט אזוי פארשטאנען ווי ווייט זון איז נויטיג צו וואוקס, האט פלאנצונג געקענט זיין יתכן בעפאר א זון באשאף.
אצינד, איידער די בעלי החיים גייען באשאפן ווערן, דארף מען שוין יא די באלייכטונגען אין הימל — א זון און לבנה מיט שטערן. די מאורות השמים. נישט ווייל אן דעם וועט זיין קאלט, פארוואס זאל א היילמענטש אדער בעדואינער פונעם מיטלענדישן קלימאט מיט ווארימע ווינטערנעכט קלערן אז אן א זון וואלט די בריאה פארפרוירן געווארן? די באלייכטונגען זענען געוויס דא פאר נישט עפעס אנדערש נאר אז די באשעפענישן זאלן וויסן צווישן טאג און נאכט, אינעם טאג — א שארפן זון און ביינאכט — לבנה מיט שטערן. זיי זענען דא אויף צו באלייכטן די חשכות פון די נאכט, און די זון בייטאג וועט שטענדיג מאכן דעם טאג ליכטיגער פונעם ליכטיגסטן נאכט. יעדנפאלס, עס קען קיין מער פאסיג נאמען פארן הימל נישט זיין ווי שמים, אש ומים, א וואסערדיגע הימל מיט פייערדיגע מאורות און כוכבים דערין.
ערשט יעצט ווען עס איז שוין דא געוויקסן מיט מאורות, זענען די חיות באשאפן געווארן. אט דא דוקא קען איך נישט פארשטיין פארוואס די פיש און פויגל, די באשעפענישן וועלעכע פארפילן די וואסערן און לופט, מוזן באשאפן ווערן פאר די לאנד חיות?
אפשר ווייל די לאנד חיות ענדלען אממערסטנס צום מענטש וועלעכער מוז לכל הדעות האבן געווען דער לעצטער!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO