Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש ווי אַ לשון פֿון וויסנשאַפֿט, דיסקוטירט בײַ סימפּאָזיום אין טריִערYiddish As Language Of Science Explored At Symposium in Trier, Germany

מע האָט אויך אַנאַליזירט דאָס מחלוקת וועגן שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות און חיים זשיטלאָווסקיס זאָרג וועגן דעם אַמעריקאַנער שמעלצטאָפּ.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז טריִער — די עלטסטע שטאָט אין דײַטשלאַנד און דאָס געבוירן־אָרט פֿון קאַרל מאַרקס — געוואָרן אַ שטיקל גן־עדן פֿאַר ייִדישיסטן, אַ דאַנק דעם יערלעכן סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס, אָנגעפֿירט פֿון ד״ר שמעון נויבערג, ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אינעם גערמאַניסטיק־אָפּטייל פֿון טריִער אוניווערסיטעט.

יעדעס יאָר קומט דער סימפּאָזיום פֿאָר אָדער אין טריִער אָדער אין דיסלדאָרף און ס׳איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט פֿאַר ייִדיש־אַקאַדעמיקער אין דײַטשלאַנד אַרומצורעדן די ייִדישע שפּראַך און באַשרײַבן זייער פֿאָרשאַרבעט. אַחוץ רעפֿערענטן פֿון דײַטשלאַנד, האָבן זיך אויך באַטייליקט פֿאָרשער פֿון דענמאַרק, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׁראל.

די פֿראַנצייזישע פֿאָרשערין אַסטריד שטאַרק האָט גערעדט וועגן אַ ייִדישער צײַטונג, „ישׂראלס שטימע‟, וואָס איז אַרויסגעגאַנגען בלויז צוויי יאָר לאַנג, 1865־1866, אין אַלזאַס־לאָרען, און די חידושים זי האָט דאָרט אַנטדעקט. רבֿקה שיין־קאַהאַלאָן, פֿונעם לעווינסקי־קאָלעדזש אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט רעפֿערירט וועגן דעם פּאָעט אַבֿרהם רייזען און זײַן אידעאָלאָגישן קאָנפֿליקט צווישן סאָציאַליזם און ייִדישיזם.

מרים גוטשאָוו, פֿון אַמסטערדאַם, האָט דערציילט וועגן אַ קאָנטראָווערסיעלן פֿאָרלייג מצד אַן אַנאָנימען שרײַבער, צו שרײַבן די ייִדישע שפּראַך מיט לאַטײַנישע אותיות. די וועלכע האָבן געהאַלטן אַז מע מוז ניצן דעם ייִדישן אַלף־בית האָבן באַטאָנט אַז דער אַלף־בית איז אַ תּוכיקער טייל פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט און אויב מע וועט שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות וועט עס דערווײַטערן די אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון זייערע וואָרצלען. די שטיצער פֿונעם פֿאָרלייג האָבן געטענהט אַז בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט זענען אַ טייל ייִדן דערצויגן געוואָרן אין נישט־ייִדישע שולן און האָבן דערפֿאַר נישט געקענט לייענען קיין ייִדיש, וואָס דאָס אַליין איז שוין געווען אַ סכּנה בײַם אָנהאַלטן אַ ייִדישע אידענטיטעט. הײַנט האַלט מען אַז יענער אַנאָנימער שרײַבער איז געווען לודוויג זאַמענהאָף, דער גרינדער פֿון עספּעראַנטאָ.

אַ צוהערער אויפֿן סימפּאָזיום האָט געפֿרעגט צי די שוועריקייטן בײַם דעשיפֿרירן ייִדישע אותיות אין האַנט־געשריבענע טעקסטן איז געווען אַ סיבה פֿאַר וואָס מע האָט געוואָלט ניצן דעם לאַטײַנישן אַלף־בית אָבער ווי גוטשאָוו האָט דערקלערט, אַז אַזאַ תּירוץ איז קיין מאָל נישט דערמאָנט געוואָרן.

שלמה גראָמאַן פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט האָט רעפֿערירט וועגן אַן אַנדער חידושדיקן ענין: ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון דער וויסנשאַפֿט. גראָמאַן האָט איבערגעגעבן אַז געוויסע קאָלעגעס זײַנע האָבן געטענהט אַז עס האָט נישט געקענט זײַן קיין וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אויף ייִדיש ווײַל העברעיִש איז געווען דאָס לשון פֿון דער אויפֿגעקלערטער וויסנשאַפֿט, בפֿרט בעת דער השׂכּלה. אין דער אמתן האָט מען בעת דער ערשטער סטאַדיע פֿון דער השׂכּלה פּובליקירט נישט בלויז וויסנשאַפֿטלעכע סך־הכּלען, נאָר גאַנצע ביכער און מעדיצינישע זשורנאַלן אויף ייִדיש.

Trier

Image by Miriam Gutschow

אַ צווייטע לעקציע, געגעבן פֿונעם היסטאָריקער אורי קויפֿמאַן, האָט געשטעלט די פֿראַגע, צי דער מערבֿ־ייִדיש וואָס די פֿיכטרײַבערס האָבן געניצט צווישן זיך האָט בײַ זיי געדינט ווי אַ סודותדיקע שפּראַך. מיר פּערזענלעך איז דאָס געווען אינטערעסאַנט ווײַל איך בין דערצויגן געוואָרן אין אַ דאָרף אין דײַטשלאַנד און איך געדענק ווי די זקנים פֿלעגן זאָגן אַז די ייִדן האָבן געהאַט זייער „געהיים לשון‟. ווי קויפֿמאַן האָט אָנגעוויזן, כאָטש ייִדיש איז לכתּחילה געווען אַ שפּראַך גערעדט נאָר פֿון ייִדן האָבן די ייִדיש־רעדער נישט בכּיוון באַהאַלטן די האַנדל־טערמינען פֿון די גויִישע סוחרים מיט וועמען זיי האָבן מיטגעאַרבעט. מיט דער צײַט האָבן יענע זיך אויסגעלערנט די ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן און די טערמינען זענען במילא אײַנגעגלידערט געוואָרן אינעם אַלגעמיינעם זשאַרגאָן פֿונעם פֿאַך און אַפֿילו באַניצט געוואָרן אין דער אויסשולונג בײַ אַנדערע פֿאַכן ווי, למשל, קצבֿות.

רייזע טערנערס פֿאָרשאַרבעט וועגן דער ייִדישיסטישער פֿיגור חיים זשיטלאָווסקי איז געווען אַן אמתער חידוש. זי האָט באַשריבן זײַן איבערגעגעבנקייט צום ייִדישיזם און זײַן זאָרג וועגן דעם אַמעריקאַנער „שמעלצטאָפּ‟ וואָס האָט געזאָלט צונויפֿשמעלצן אַלע עטנישע אידענטיטעטן אין איין נײַעם אַמעריקאַנער „אידעאַל‟. געוויסע ענינים וואָס ער האָט דעמאָלט אַרומגערעדט אין זײַנע ווערק זענען שוין ווידער רעלעוואַנט, בפֿרט די טעג ווען עס שטײַגן אין אַמעריקע די צאָל ווײַסע סופּרעמאַטיסטישע אָרגאַניזאַציעס און דער אַנטיסעמיטיזם. די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט זיך דאָך תּמיד אידענטיפֿיצירט ווי אַ „ווײַסע‟ אָדער אַנגלאָ־סאַקסישע מדינה, הגם די בירגער, וואָס האָבן געשטאַמט פֿון פֿאַרשידענע עטנישע גרופּעס, האָבן געוואָלט אויפֿהאַלטן זייער אייגענע עטנישע אידענטיטעט. דעריבער איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס זשיטלאָווסקיס דאגות וועגן אַ שמעלצטאָפּ זענען נישט געווען סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער.

זשיטלאָווסקי האָט געפּריידיקט אַ מין ייִדישיזם וווּ די ייִדן אין אַמעריקע וואָלטן געהאַט דאָס רעכט צו קעמפֿן פֿאַרן אָנהאַלטן זייער אידענטיטעט. שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָבן די ייִדן אין אַמעריקע אַפֿילו געוואָלט לעבן אין אַ שמעלצטאָפּ־געזעלשאַפֿט? פֿאַר וואָס זענען זיי דאָרט פֿאַרבליבן? אָט די שפּאַנונג, צווישן דעם אַמעריקאַנער חלום און דער אַמעריקאַנער רעאַליטעט האָט אַרויסגערופֿן נײַע השׁגות וועגן דער ייִדישער נשמה אין אַמעריקע און וועגן דער שטרעבונג מצד די ייִדן צו האָבן אַן אייגן קול אין דער געזעלשאַפֿט.

אַחוץ די רעפֿעראַטן האָט מען דורכגעפֿירט אַ ביכער־יאַריד, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט אַלטע ייִדישע ביכער וועגן כּלערליי טעמעס, פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות. די נישט־פֿאַרקויפֿטע ביכער האָט מען געשאָנקען דער ביבליאָטעק פֿונעם טריִער אוניווערסיטעט, וווּ עס געפֿינען זיך שוין אַ צאָל פּובליקירטע ווערק אויף ייִדיש.

אין אָוונט האָט דער קלעזמער־דועט „שמאַראָוואָצניק‟ געהאַלטן אַ קאָנצערט פֿון, צום גרעסטן טייל, נײַע מוזיקאַלישע ווערק. די צוויי זינגער, קריסטינע פֿון בילאָ און מאַרטין קוועטשע, וועבן צונויף מוזיקאַלישע און טעאַטראַלישע עלעמענטן, שאַפֿנדיק דערבײַ נײַע איטערפּרעטאַציעס פֿון דער קלאַסישער ייִדישער ליטעראַטור צוגעפּאַסט צום ייִדישן גײַסט פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. איין קאָמפּאָזיציע, למשל, באַלעבט די ווערק פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע רייזל זשיכלינסקי אויף אַ נײַעם חידושדיקן אופֿן. אין 2015 האָט דער דועט געוווּנען אויפֿן ערשטן אָרט בײַם „ייִדישן אײַדאָל‟ פֿאַרמעסט אין מעקסיקע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.