ווידעאָ: משהלע אַלפֿאָנסאָ רעדט וועגן נײַ ביכל פּרץ־מעשׂיות פֿאַר סטודענטןVIDEO: Moishele Alfonso on the new book of I. L. Peretz stories for students
דאָס ביכל נעמט אַרײַן אַ גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די דערציילונגען.

Courtesy of the League for Yiddish
לכּבֿוד דער פּובליקאַציע פֿונעם ביכל „אויפֿן װעג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ“ — אַ זאַמלונג ספּעציעל געמאַכט פֿאַר סטודענטן — קען מען איצט זען אַן אינטערוויו מיטן ייִדיש־לערער משהלע אַלפֿאָנסאָ, וואָס האָט פֿאַרקירצט און באַאַרבעט די דערציילונגען.
אין דעם אינטערוויו דערציילט אַלפֿאָנסאָ וועגן דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן דאָס ביכל, און לייענט געקליבענע אויסצוגן דערפֿון. דער אינטערוויו, געפֿירט פֿון אלי בענעדיקט, איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער ייִדיש־ליגע, וואָס האָט אויך אַרויסגעגעבן דאָס לייענביכל.
דאָס נאָוואַטאָרישע ביכל גיט דעם לייענער אַ צוטריט צו קלאַסישע ייִדיש־דערציילונגען דורך אַ זײַט־בײַ־זײַטיקן גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די מעשׂיות.
משהלע אַלפֿאָנסאָ איז אַ ייִדיש־לערער בײַם ייִדישן ביכער־צענטער זינט 2019. אין 2022 האָט ער, דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט“, טראַנסקריבירט און אַרויסגעגעבן יצחק באַשעוויסעס בוך „שׂונאים: די געשיכטע פֿון אַ ליבע“. דער ראָמאַן איז אַרויס אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס אין 1966, און ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס שׂונאים איז אַרויס אין בוכפֿאָרעם אויף ייִדיש.
דאָס ביכל קען מען באַשטעלן דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
