Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װידוי פֿון אַ ייִדיש־שרײַבערין און אַנדערע עסײען פֿון חוה ראָזענפֿאַרבConfessions Of a Yiddish Writer And Other Essays By Chava Rosenfarb

אין דער נײַער זאַמלונג, איבערגעזעצט פֿון איר טאָכטער, דערקלערט די געניאַלע שרײַבערין פֿאַר וואָס זי האָט נאָכן חורבן בלויז געקענט שרײַבן פּראָזע.

Confessions of a Yiddish Writer and Other Essays by Chava Rosenfarb
Edited by Goldie Morgentaler
McGill-Queens University Press

חוה ראָזענפֿאַרב (1923-2010) איז געװען בלי־ספֿק צװישן די סאַמע װיכטיקסטע שרײַבערס אױף ייִדיש נאָכן חורבן. 

צװישן פּראָזאַיִקערס איז זי אױכעט געװען די אַמביציעזסטע און אפֿשר די בעסטע נאָך באַשעװיסן. (באַשעװיס האָט טאַקע געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע, און מיט רעכט, אָבער ער האָט זיך אױסגעצײכנט גיכער מיט זײַנע קירצערע דערצײלונגען אײדער די עטלעכע ראָמאַנען אין המשכים װאָס ער האָט געדרוקט דאָ אין „פֿאָרװערטס“.) ראָזענפֿאַרב, להיפּוך, האָט זיך אױסגעצײכנט װי אַ מײַסטערין פֿונעם עפּישן ראָמאַן, מעשׂה טאָלסטױ, און פֿון דער נאָװעלע אָדער פּסיכאָלאָגישער דערצײלונג, מעשׂה טשעכאָװ.   הגם ראָזענפֿאַרבס ליטעראַרישער שם איז באַזירט אױף דער טרילאָגיע „דער בױם פֿון לעבן“ (1972) און נאָװעלעס װי „עדזשעס נקמה“ (1989), האָט זי אָנגעהױבן איר קאַריערע װי אַ פּאָעט, מיטן באַנד „די באַלאַדע פֿון נעכטיקן װאַלד“ (1949). אין אַ נײַער זאַמלונג פֿון אירע ליטעראַרישע און מעמואַריסטישע עסײען, „דער װידוי פֿון אַ ייִדישן שרײַבער,“ איבערגעזעצט אױף ענגליש און רעדאַקטירט פֿון איר טאָכטער, גאָלדע מאָרגענטאַלער, קומט ראָזענפֿאַרב אָפֿט צוריק צו דער טעמע פֿון אירע ליטעראַרישע אָנהײבן ווי אַ פּאָעט, און די סיבות פֿאַר װאָס זי האָט באַשלאָסן אַריבערצוגיין אױף פּראָזע. 

אינעם ערשטן עסײ פֿון דער זאַמלונג שרײַבט ראָזענפֿאַרב, אַז די ברוטאַלע רעאַליטעט פֿון געטאָ האָט געפֿאָדערט די „טרוקענע פּינקטלעכקײט פֿון פּשוטע װערטער‟ — נישט ווײַל זי האָט געװאָלט אַסרן די דיכטערין אין זיך; אדרבא, זי האָט געװאָלט אַז אָט די רעאַליטעט זאָל שטײן האַרט לעבן איר, געװאָלט אַז זי זאָל קריכן מיט איר דורכן לאַבירינט פֿון געטאָ־געסלעך, דורך דער בלאָטע פֿון מענטשלעכער בײזקײט, אַזױ נאָענט צו דער ערד װי מעגלעך. (זעט ז׳ 19)

אַנדערש װוּ אין דעם עסײ דערמאָנט ראָזענפֿאַרב דעם באַרימטן זאָג פֿונעם דײַטש־ייִדישן פֿילאָסאָף טעאַדאָר אַדאָרנאָ (1903-1969) אַז „דאָס שרײַבן פּאָעזיע נאָך אױסשװיץ איז באַרבאַריש.“ טראָץ דעם װאָס ראָזענפֿאַרב גיט עטלעכע ראיות קעגן אַדאָרנאָס גזירה — ספּעציעל אַז אין משך פֿונעם חורבן האָבן ייִדן געשריבן, געלײענט און דעקלאַמירט פּאָעזיע כּדי אויפֿצוהאַלטן דאָס חשיבֿות פֿון מענטשלעכקײט — איז איר אויפֿקלערונג פֿון איר אײגענעם באַשלוס צו שרײַבן פּראָזע אָנשטאָט לידער אײגנטלעך אַ באַשטעטיקונג פֿון אַדאָרנאָס טענה. די װערטן פֿון פּאָעזיע, אָדער צום ווייניקסטן, דעם מין פּאָעזיע װאָס אי אַדאָרנאָ, אי ראָזענפֿאַרב האָבן געהאַט אין זינען — די אַסאָסיאַציעס פֿון פּאָעזיע מיט סדר, חן, מוזיק און אײדלקײט — האָבן נישט געקענט אױסהאַלטן די רציחה און שרעק במשך פֿונעם חורבן. אַדאָרנאָס מיטצײַטלער און היטלער־קרבן, װאַלטער בנימין, האָט אין די 1930ער יאָרן טאַקע געשריבן אַז קולטור עקסיסטירט אין אַן אָנגײענדיקן געראַנגל מיט באַרבאַרישקײט, אָבער דער חורבן האָט באַװיזן הן צו אַדאָרנאָ הן צו ראָזענפֿאַרב אַז באַרבאַרישקײט האָט טאַקע גובֿר געװען.

„באַפֿרײַונג“ — שרײַבט ראָזענפֿאַרב אין אַ טאָגביכל װאָס זי האָט געהאַלטן אין די־פּי לאַגער — „האָט אַ פּראָזאַיִש פּנים“ (זײַט 55). שױן אײדער זי האָט אָנגעהױבן צו שרײַבן נאַראַטיװן, אפילו פֿיר יאָר אײדער אַדאָרנאָ האָט געשריבן זײַן באַרימטן זאָג, האָט ראָזענפֿאַרב פֿאַרשטאַנען אַז פּאָעזיע שאַפֿט נישט די ריכטיקע מכשירים פֿאַר אירע צװעקן, „צו שאַפֿן אַ קינסטלערישן ראָמאַן פֿון געטאָ“ (זײַט 63). איר װיזיע אין יענע טעג, נישט אַנדערש פֿון אירע אַנטװיקלטע װערק אין פּראָזע, איז געװען צונויפֿצופֿלעכטן אי דעם רױען טעראָר פֿונעם חורבן, אי די קינסטלערישע פּערספּעקטיװ צו שאַפֿן אַ פּאַנאָראַמיש בילד פֿון דעם װאָס איז געשען און צו װעמען, דעם גורל פֿון די קדושים און דעם לעבן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור װאָס האָט געבליט ביז דער מלחמה.

כאָטש די זאַמלונג ווערט צעטײלט אין דרײַ חילוקים — פּערזענלעכע עסײען, ליטעראַרישע קריטיק, און רײַזע־בילדער — איז קלאָר אַז בײַ ראָזענפֿאַרב אַלײן איז נישטאָ קײן פֿעסטע אונטערשײד צװישן די זשאַנערס. איר קריטיק, אפֿשר אירע מעדיטאַציעס, װעגן דעם דײַטש־שפּראַכיקן פּאָעט פּאָל צעלאַן (אױכעט אַ באַליבטער פּאָעט פֿון אַדאָרנאָ, נישט געקוקט אױף זײַן אַזױ־גערופֿענעם „פֿאַרבאָט“ פֿון פּאָעזיע נאָך אױסשװיץ) איז אָנגעשריבן װי אַ פּערזענלעכע באַטראַכטונג פֿון לעבן נאָכן חורבן, פּונקט װי איר טאָגביכל פֿון די־פּי לאַגער.

טאַקע דערפֿאַר דאַרף מען באַטראַכטן די עסײען װי אַ מין „צוגאָב“ אָדער הסופֿה צו ראָזענפֿאַרבס מײַסטערװערק אין פּראָזע. אָבער ווי אַ צוגאָב, גיבן די עסײען אײַנזעעניש אין אירע מעכטיקע ראָמאַנען און אין אירע שאַרפֿע נאָװעלעס. די גרױסע ליטעראַרישע ירושה ראָזענפֿאַרבס איז אַרױסגעװאַקסן פֿון אירע ערשטע יוגנט־לידער, װאָס זענען וואָרט נאָך וואָרט אײַנגעקראַצט אין די מױערן פֿון געטאָ. די דאָזיקע לידער זענען די קערנדלעך פֿון װעלכע אירע דערװאַקסענע װערק האָבן געבליט. קען מען טאַקע באַטראַכטן איר פּראָזע װי אַ „פּאָעזיע דורך אַנדערע מיטלען“, אױף אַ קאָמפּליצירטן אופֿן; גלײַכצײַטיק סײַ אַ װידערשטאַנד סײַ אַן אָנערקענונג פֿון אַדאָרנאָס „גזירה“, װאָס גיט אונדז לסוף צו פֿאַרשטײן נישט אַז מע טאָר נישט שרײַבן אינעם זעלבן שטײגער נאָכן חורבן, נאָר אַז מע קען נישט שרײַבן אינעם זעלבן שטײגער נאָכן חורבן װי מע װאָלט אַפֿילו היפּאָטעטעטיש געטאָן פֿאַרן חורבן.

ס׳קומט גאָלדע מאָרגענטאַלער אַ גרױסן יישר־כּוח פֿאַר איר מי בײַם צוגרײטן און אַרױסגעבן דעם באַנד, כּדי אַז מע זאָל ווי געהעריק אָפּשאַצן איר מאַמע, ע״ה, נישט נאָר װי אַ װיכטיקער ייִדישער שרײַבער, נאָר אויך ווי אַ מערקװירדיקער קאַנאַדער שרײַבער; נישט נאָר ווי אַ חשובֿער בעלעטריסט, נאָר אױך ווי אַן אַנגאַזשירטער און אינטערעסאַנטער עסײיִסט. אינעם װיכוח װאָס ראָזענפֿאַרב פֿירט מיט אַדאָרנאָס געדאַנקען אין אירע עסײען, קען מען זען אַז בײדע קולות האָבן זיך געלאָזט הערן, אין זײערע בײדע שפּראַכן, און צוזאַמען באַטרעפֿן זיי סײַ די אוממעגלעכקייט סײַ די נײטיקייט פֿון פּאָעזיע נאָכן חורבן. 

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.