דעצעמבער אין פֿאָלקסבינע — גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟Folksbiene to Stage Goldfaden’s The Sorceress
מיכל יאַשינסקי, וואָס שפּילט איצט אין „פֿידלער‟, וועט אָנטאָן אַ פּאַרוק און לאַנגע נעגל כּדי צו שפּילן די הויפּטראָלע פֿון באַבע יאַכנע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צוליב דעם וואָס דער גרויסער שלאַגער „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ וועט, נאָך אַנדערהאַלבן יאָר, זיך מוזן שליסן, וועט איינער פֿון אירע שטערנס ווײַטער שפּילן אין גאָר אַן אַנדער ראָלע. מיכאל יאַשינסקי (ר׳ מרדכי אין „פֿילדער‟) וועט אָנטאָן לאַנגע נעגל און אַ פּאַרוק כּדי צו שפּילן די באַבע יאַכנע, די הויפּטראָלע אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע „די כּישוף־מאַכערין‟.
מאָטל דידנער וועט רעזשיסירן די פּראָדוקציע און זלמן מלאָטעק וועט זײַן דער מוזיק־דירעקטאָר.
די אָפּערעטע, וואָס מע וועט פֿאָרשטעלן פֿונעם 1טן ביזן 29סטן דעמעצבער 2019 בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן האָט מען לכתּחילה געשפּילט מיט צוויי יאָר צוריק במשך פֿון אַ וואָך. זי איז אַ טייל פֿון אַן איניציאַטיוו צו רעסטראַווירן פֿאַרלוירענע ווערק פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער. כאָטש „די כּישוף־מאַכערין‟, וואָס האָט דעבוטירט אין 1879, איז אַמאָל געווען פּאָפּולער, האָט מען זי ביז 2017 ניט געהאַט אינסצענירט שוין העכער 80 יאָר. די רעסטאַוורירטע פּאַרטיטור נעמט אַרײַן אָרקעסטראַלע אַראַנזשירונגען פֿון 1916, וואָס מע האָט אַנטדעקט אין ווילנע מיט פֿיר יאָר צוריק צווישן די מאַטעריאַלן, וואָס זענען געראַטעוועט געוואָרן דורך דער „פּאַפּירענע בריגאַדע‟.
מיכל יאַשינסקי, אַ יונגער אַקטיאָר וואָס קען פֿליסיק ייִדיש, האָט אַ סך דערפֿאַרונג אין טעאַטער בכלל (ער האָט, למשל, געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון דער „דעטרויטער קינדער־אָפּערע‟), און אין ייִדישן טעאַטער בפֿרט. מיט פֿיר יאָר צוריק איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַן אַרטיקל וועגן אַ ייִדיש־שפּראַכיקער פּיעסע, וואָס ער האָט רעזשיסירט אין אַ ייִדישער טאָגשול. זינט דעמאָלט האָט ער געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ ווי אַ סטיפּענדיאַט און אַפֿילו געשאַפֿן אַ ראַפּליד אויף ייִדיש אויפֿן סמך פֿונעם בראָדוויי־מיוזיקל „האַמילטאָן‟. אַ פּרטימדיקן אינטערוויו מיט אים וועגן „דער כּישוף־מאַכערין‟ איז לעצטנס דערשינען אינעם אָנלײַן־זשורנאַל געווידמעט בראָדוויי־ענינים, Broadway World.
צוזאַמען מיט יאַשינסקי וועלן אויפֿטרעטן 18 אַנדערע אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט סטיוו סטערנער, רייטשל באָטשאַן, ברוס ריבאָלד און יונתן בראָדי.
אַחוץ דעם וואָס „די כּישוף־מאַכערין‟ איז געווען איינע פֿון גאָלדפֿאַדענס פּאָפּולערסטע אָפּערעטעס, איז זי אויך נאָענט פֿאַרבונדן מיט נאָך אַ וויכטיקן געשטאַלט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער: באָריס טאָמאַשעווסקי. כאָטש בלויז אַ ייִנגל פֿון 14 יאָר, האָט טאָמאַשעווסקי אין 1882 פּראָדוצירט די סאַמע ערשטע טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש אין אַמעריקע — דווקא גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟. הייסט עס אַז די פּיעסע, כאָטש זי איז אָנגעשריבן געוואָרן אין רומעניע, רעפּרעזענטירט זי בראשית פֿונעם
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
