געפֿינט זיך אויך אין קאַליפֿאָרניע אַ ים־המלח?Does California Have Its Own Dead Sea?
דער סאַלטאָן־ים האָט בפֿירושע ענלעכקייטן צום באַקאַנטן זאַלץ־ים אין ארץ־ישׂראל אָבער ס׳איז פֿאַראַן איין קלאָרן אונטערשייד צווישן זיי.
המשך פֿונעם אַרטיקל, „ארץ־ישׂראל און קאַליפֿאָרניע — צווינג־לענדער?‟
לאזן מיר זיך ארויס זוכן א כמו ים המלח ביים דרום קאליפארניע. טאמער איז דא דא א כמו כנרת, כמו ירדן, אאז״וו, דארף דאך דא צו זיין אויך א ים המלח. דאס איז ווי כאילו א בת קול זאל מיר זאגן, גיי זוך אים אפיר! הכלל וואו הייבט מען אן זוכן?
לכאורה, צו געפונען דא א פאסיג ארט פאר א כמו ים המלח, וואלטן מיר געדארפט נאכגיין דעם קאלאראדא טייך, דעם כמו ירדן, ווארים אויך דער סוף פונעם ארגינעלן ירדן פליסט אריין אינעם טויטן ים. אבער ניין, דער קאלאראדא גרייכט אזש אריבער דעם גרעניץ ביז אריין אינעם קאליפארנישער (קורטעז) גאלף, דער “כמו ים סוף”. אויב אזוי זאל אויך א ים המלח דא נישט זיין אזוי פינקטליך, אבי כאטש עפעס א ים המלח אינעם געגנט.
באטראכט איך נאכאמאל קאליפארניעס מאפע, ביים דרומדיגן גרעניץ, דארטן ווי עס געפינט זיך דער בארימטער “מוהאווי וויסטעניש”, דער “מדבר יהודה” פון קאליפארניע – א גאר הייסער טרוקענער מדבר. אזא ארט וואלט זיך אמבעסטן געפאסט פאר א ים המלח, און ווירקליך, עפעס אינטרעסאנט זעט מען דארטן ביים גרעניץ מיט נעוואדע: א לאנדשאפט מיטן אימהדיקן נאמען “דער טויטן-טאל”. דאס ארט איז טאקע א טויטליך הייסער וויסטעניש, מען זאגט פון די הייסטע אינעם כדור הארץ. דארטן איז דא א גאר נידעריג ארט (קרוב צו 90 מעטער אונטערן ים פלאך), די נידעריגסטער אויפן קאנטינענט, צווישן רויט-שטייניגע בערגלעך. דאס ארט איז כולו זאלץ. איי, ווי עס וואלט זיך דא געפאסט א ים המלח. איז טאקע דא דא אזיינס?
הערט נאר וואס עס איז דער נאמען פון דעם קאליפארנישן זאלציגן טויטן טאל: “בעעדוואטער בייסין” – שלעכט וואסער טאל…
הייסט עס, האבן מיר טאקע דא געפונען דעם כמו ים המלח?
ווארט ווארט, דער פראבלעם איז אז קיין וואסער איז אין דעם באסיין נישטא… איז פארוואס הייסט עס „שלעכט-וואסער באסיין‟? ווייל פון מאל צו מאל זאמלען זיך דארטן קאלוזשעס וואסער, ביז עס פארעט זיך גאר שנעל אויס. דאס פארזאמלטע וואסער דא איז טאקע זאלציג און שלעכט צום טרינקען.
קען מען מיט דעם שלעכטוואסער באסיין יוצא זיין דעם ים המלח? נישטא וואס צו רעדן, עס איז א גאנץ גוטער דערמאנונג צום טויטן ים. פארט אבער האב איך ערווארט עפעס מער עכט פאר א ים המלח, עפעס מער ווי בלויז אן “עמק השידים”, א זאלצנלאנד מיט קאלוזשעס געמיינע וואסער, נאר טאקע אן אמת’ער אנגעפילטער ים, א זאלציגס, ווי דער ים המלח אליינס, און יא, מען קען זאגן אז איך האב אים געטראפן.
מיט א צייט צוריק האב איך זיך געפונען אינעם שטעטל אימפעריאל וואו איך האב זיך אפגעשמועסט זיך צו טרעפן מיט עמיצן. דאס וועגווייזער מאשינדל (דער „דזשי־פי־עס‟, הייסט עס) האט מיר מיטן אויטא דא אהערגעצייגט אין די פינסטערע נאכט שעה’ן. ווי עס ווייזט זיך אויס געפין איך זיך ערגעץ אין דרום קאליפארניע, אין איינע פון אירע טרוקענע לאנדשאפטן שוין הארט ביים גרעניץ מיט מעקסיקע. ווארטנדיג דא בין איך בודק דורך די מאפעס פון מיין מאשינקע, וואו בין איך אייגנטליך, ווער איך געוואויר אז דאס איז דער באקאנטער מדבר סאנאראן, (אדער ווי אנדערע רופן אים — “קאלאראדא מדבר”) — דער “נגב” פון קאליפארניע, דרום פון דער אנדערע באקאנטער מדבר מוהאווי. אויך דער איצטיגער געגנט געפינט זיך אונטערן ים פלאך.
אז איך באטראכט די מאפע פונעם געגנט זע איך, א פאר’חידוש’טער, אז א גרויסער לאנגער שמאלער ים פון אויבן אראפ איז אין צענטער פונעם הייסן טאל. ווי קומט דאס אזא געזונט וואסערל אין אזא פארטריקנטער לאנדשאפט? דער נאמען פונעם ים האט געגעבן דעם ענטפער; עס הייסט “סאלטאן סי” ד״ה זאלץ ים… איך האב נישט געגלייבט מיינע אויגן. הייסט עס, טאקע אויך דא איז דא א ים המלח, מיטן זעלבן פארעם, טאקע אינעם עצם קאליפארניע? טאקע אין איר דרומדיגן מדבר? אינעם קאליפארנישן נגב און ערבה, כמעט פאראלעל צום אריגינעלן ביבלישן ים המלח אינעם יהודה און נגב מדבר? דאס זאלצן ים געפינט זיך טאקע נישט דא אלס גרעניץ נאכשלעפונג און המשך פונעם היזיגן כמו ירדן, דער קאלאראדא, ווי עס געהער פאר א ים המלח; נאר אריינצו אינעם לאנד, זייט ביי זייט מיטן קאלאראדא. פארט אבער א פלאות’יגער ענליכקייט. און אויך ער ליגט טיף אונטערן ים פלאך, עטליכע און זיבעציג מעטער טיף. הייסט עס, איז מיין פאזל, מיין רעטעניש פון אן אמעריקאנער ארץ זבת חלב ודבש ביים ווילדן מערב פארענדיגט געווארן?
דער ענטפער איז: יא און ניין. פארוואס?
נישט געקוקט אויף דעם וואס דער סאנאראן מדבר איז גאר נגב’דיג, א גי צלמוות, א טויטן טאל, מיט וואלקאנישע בלאטע קאכענישן ארום, איז אבער דער ים גופא פיל מיט לעבן, מיליאנען פיש אינעם ים, קאטשקעס און כל מיני פויגל ווירבלען דא מיט לעבן, אינעם הארץ פונעם גיהנום. קיין טויטער ים איז ער נישט, ער לעבט און שפרודלט.
נאך עפעס, עס שטעלט זיך ארויס צו זיין א נישט נאטירליכער ים. מיט נישט אביסל מער ווי הונדערט יאר צוריק איז דא נישט געווען קיין ים, נאר א טאל. בעלי עסקים האבן דא געלאזט פלאנצן פעלדער און גערטנער, פארוואנדלט דעם טריקענעם טאל אין א בליענדיקן גארטן. מיט חכמה האבן יעניגע געשעפטסלייט געלאזט גראבן א קאנאל פון דעם קאלאראדא־טייך, דעם גרויסן טייך פון איבער די טשאקאלאדע בערג, צו דעם זאלציגן טאל אריין, און אזוי ארום איר פארוואנדלט אין א גן עדן.
גאט האט אבער אנדערש געוואלט. דאס קאנאל האט פלוצלינג אנגעהויבן ברויזן און שטראמען מיט אן אומגעווענטליכער כמות פון וואסער. שטעלט זיך ארויס אז דארטן איבער די בערג האט גאט געשיקט א מבול, א גאס רעגן, און אזוי ארום געשאפן אן איבערפלוס אינעם גרויסן טייך. אלעס איז אריבער צום קאנאל. דער מענטש־געמאכטער מדבר גארטן איז פארשווענקט געווארן, פון א פרדס אויף א טריקעניש, איז די טאל פארוואנדלט געווארן אין א פרדס אין וואסער. ארום דאס ניי וואסערל האבן זיך אנגעהויבן בויען ערי נופש, רעזארט שטעטלעך. א ווירטשאפט האט דא גענומען שפרודלען.
יארן זענען פארלאפן, געדיכטע פארע קומען יעדן טאג ארויס פונעם ים, די מדברישע היץ דערווארמט אים און דאמפט אים אויס, און דאס וואסער ווערט ביסלעכווייז זאלציגער און זאלציגער. וואס זאלציגער עס ווערט אלץ מער סארטן פיש שטארבן אפ און אן עיפוש’דיגער ריח נעמט ארום דאס גאנצער ארום. עס איז אפנים א מערדערליכער ים, אבער נישט ממש קיין טויטער ים.
שטיקלעך מקורות איבער דער אנטוויקלונג פון דעם אריגינעלן ים המלח אין ארץ ישראל, קומען מיר אויפן זכרון, און שטריכן צווישן די צוויי זאלץ ימים האבן זיך אנגעהויבן ציען מער און מער; אייגנטליך, דאס יעצטיגער “לעבעדיגקייט” פונעם סאלטאן איז א לעבעדיגער פירוש צום היסטארישן ים המלח, א מעגליכער קיצור’דיגער איבערשפילונג פון דעם ים המלח מעשה.
לאמיר אריבערשפרייזן צום מדבר יהודה און נגב צום טאל פונעם דארטיגן ביבלישן זאלצן לאנד, דער פארשאלטענער ארט פון סדום ועמורה אינעם אור אלטן אמאל.
דער ים המלח איז נישט שטענדיג געווען דא, אזוי זאגן די מקורות. די סדומער מיט זייערע שוועסטער שטעט האבן אין דעם פרוכטבארן טאל געלעבט אין שוואויל טאג. דער טאל האט אמאל געהייסן עמק השידים – פעלדער טאל. וואסער איז דא געווען א סך, זיסע וואסער פריש פון די טייכן. לוט, אברהם’ס פלימעניק, איז דא געקומען וואוינען מיט זיינע שאף צוליב די שפע אין וואסער דא. די תורה דערציילט אז דאס ארט האט פארמאגט א סך זומפן־ברונעמס, בלאטיגע גריבער, “ועמק השידים בארות בארות חמר”.
די סדומער האבן אויפגעברענגט גאט’ס צארן, דער שטאט איז חרוב געווארן דורך פייער און שוועבל, וואסער האט פארשווענקט דעם טאל, זינט דאן איז דאס ארט פארוואנדלט געווארן אין א זאלצנלאנד. דער זאלציגער ים פארמאגט נישט קיין איין לעבעדיגער פיש, עס איז געווארן טויט און פארלאזט.
אין פארגלייך זעט מען דעם סאלטאן סי, דאס ניי לאנג זאלציג וואסערל אינעם קאליפארנישן נגב. פון א פלאץ וואס איז אמאל געווען מלא ברכה, מיט ערי נופש ביי די ברעגן, מיט כל מיני פיש, ים פויגל און באשעפענישן, ווערט עס ביסליכווייז פארוואנדלט אין א מקום קללה. אויסער איין סארט פיש וואס קען דערווייל אויסהאלטן די זאלציגקייט, האט דער ים בלויז סימנים פון חורבן און נאכגעלאזנקייט. נאך אביסל און דער ים קען נאך ווערן א פולשטענדיגער ים המלח, א טויטער ים.
אבער ווי אין די ערשטע יארן פונעם ים המלח איז די זאמד דא נישט גוט פארן געזונט. די סיבה אין דעם איצטיגן פאל איז די געקינצלטע, כעמישע שרצים־סם וואס די יעניגע בעלי עסקים פלעגן ניצן צו באשפריצן די פרדסים, ווי עס איז דער שטייגער עד היום ביי גערטנער צו פאר’סם’ען די אינזעקטן אינעם גארטן. דער ים זאמד וועלעכע אנטפלעקט זיך איצט פונעם פאלנדער ים זענען פארסמט, די ווינטן צעשפרייטן די גיפטיגע זאמדן ארום און ארום, אזש די לופט ארום איז שלעכט און מיעס.
כמהפיכת סדום ועמורה – פונקט ווי דאס חורבן פון סדום און עמורה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor