ווידעאָ: „אַרום דעם פֿײַער‟WATCH: “Round the Campfire”
הערט ווי די קאַפּעליע „שפּילבערג‟ שטעלט פֿאָר דאָס פּאָפּולערע פֿאָלקסליד מיט סוועטלאַנאַ קונדיש און מענדי כּהנא.

Graphic by Angelie Zaslavsky
פֿײַער איז אַן אָפֿטער מאָטיוו אין דער וועלט־ליטעראַטור בכלל און אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָר בפֿרט. גאָר אַ שיין ייִדיש ליד וועגן פֿײַער איז „אַרום דעם פֿײַער‟, וואָס מע פֿלעג זינגען בײַ די לאַגער־פֿײַערן אין די בונדיסטישע זומער־קאָלאָניעס אין פּוילן און ליטע, ווי אויך בײַ געוויסע אַמעריקאַנער זומער־קאָלאָניעס אַזוי ווי „קעמפּ־המשך‟, „קעמפּ קינדער־רינג‟ און „קעמפּ־בויבעריק‟. דאָס ליד הערט מען הײַנט כאָטש איין מאָל אַ יאָר אויף דער „ייִדיש־וואָך‟, ווי אויך אויף קאָנצערטן. אַזוי ווי אַ סך פֿון די לידער וואָס זענען געווען פּאָפּולער אין די וועלטלעכע ייִדישע קרײַזן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז עס כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט דעם חסידישן עולם, כאָטש בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע זינגט מען דעם שבת־זמר „מנוחה ושׂמחה‟ מיט דער זעלבער מעלאָדיע. צי די פֿרומע אין אַמעריקע האָבן דאָס געבאָרגט בײַ די אַמאָליקע בונדיסטן, צי פֿאַרקערט, איז מיר אומבאַקאַנט. אויב עמעצער ווייסט יאָ — לאָזט וויסן.
אויבן שפּילט די קלעזמער־קאַפּעליע „שפּילבערג‟, צוזאַמען מיט די זינגער סוועטלאַנאַ קונדיש און מענדי כּהן אויף אַ קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ.
אָט איז אַ שיינער נוסח פֿונעם ליד פֿון פֿראַנקרײַך. דער מאַנדאָלין גיט צו אַ טעם פֿון די 1930ער יאָרן, ווען דער דאָזיקער אינסטרומענט איז געווען בײַם סאַמע־הויכפּונקט פֿון זײַן פּאָפּולעריטעט אין פּוילן און ליטע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
