Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּוילישע און ייִדישע פֿאָרשער דיסקוטירן דעם חורבןPolish and Jewish Scholars Discuss the Holocaust

אומגעריכטע קוקווינקלען פֿון אַ ייִדיש־אַמעריקאַנער היסטאָריקער און אַ פּוילישער קינסטלערין און פֿאָרשערין

װאָס זוכט אַ הײַנטיקער אַמעריקאַנער ייִד אין פּױלן? די װאָרצלען פֿון זײַן משפּחה, קבֿרי־אָבֿות, אָדער אפֿשר ענטפֿערס אױף די קלאָץ־קשיות פֿונעם מענטשלעכן מהות? און װאָס זוכן הײַנטיקע פּאָליאַקן אינעם ייִדישן עבֿר? אַן עקזאָטישע עדה װאָס האָט אַ מאָל געלעבט אין זײער לאַנד? קרבנות פֿונעם חורבן, װאָס די דײַטשן האָבן דורכגעפֿירט אױף דער פּױלישער ערד? װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער ייִדישער חורבן מיטן הײַנטיקן פּױלן, װוּ די צאָל ייִדן איז אַ קנאַפּע? די דאָזיקע פֿראַגן װערן אױפֿריכטיק און שאַרפֿזיניק אַרומגערעדט אין אַ לאַנגן שמועס צװישן צװײ היסטאָריקער, משה־שעיה שטײַנלױף (מײַקל סטײַנלאַוף) און עלזשביעטאַ יאַניצקאַ (Elzbieta Janicka).

שטײַנלױף איז גוט באַקאַנט בײַ די פֿאָרשער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור צוליב זײַנע שטודיעס פֿון דער פּױליש־ייִדישער געשיכטע, בפֿרט פֿונעם ייִדישן טעאַטער און י. ל. פּרץ. יאַניצקאַ האָט געשריבן װעגן דער פּױלישער קולטור און בפֿרט װעגן דעם קאָלעקטיוון זכּרון אין שײַכות מיטן חורבן; זי איז אױך באַקאַנט װי אַ קינסטלערין. זײער שמועס האָט געדױערט לאַנגע שעהען במשך פֿון 2014 און 2015. אַ קיצור דערפֿון איז דערשינען אינעם פּױלישן זשורנאַל „סטודיאַ ליטעראַריאַ עט היסטאָריקאַ‟. מען דאַרף האָפֿן, אַז אין גיכן װעט דאָס װיכטיקע בוך אַרױס אױך אויף ענגליש.

דער שמועס שפּינט זיך אַרום צװײ ענינים, װאָס זײַנען נאָענט פֿאַרבונדן: שטײַנלױפֿס ביאָגראַפֿיע און דער באַטײַט פֿונעם ייִדישן חורבן פֿאַר פּױלן. שטײַנלױפֿס עלטערן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין פּױלן, אױסבאַהאַלטנדיק זיך אױף דער „אַרישער זײַט‟ װי קריסטלעכע פּאָליאַקן. ער דערמאָנט זיך: „מײַן מאַמע־לשון איז פּױליש. קײן ייִדיש האָב איך אין דער הײם ניט געהערט.‟ אָבער קײן אײן גוט װאָרט װעגן פּאָליאַקן האָט ער פֿון זײַנע עלטערן אױך ניט געהערט. ער איז אױפֿגעװאַקסן אין דער ברײַטאָן־ביטש געגנט פֿון ברוקלין צװישן דער שארית־הפּליטה. זיי אַליין האָבן זיך גערופֿן פּליטים. ערשט שפּעטער, שױן נאָך זײער טױט, האָבן זײ באַקומען דעם בכּבֿודיקן טיטל „ניצול־געװאָרענע‟ (סורװײַװערס), באַמערקט שטײַנלױף איראָניש.

אין דער יוגנט האָט שטײַנלױף געװאָלט אַנטלױפֿן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה און סוף–1960ער יאָרן איז ער װי אַ סטודענט געוואָרן אַקטיוו אין דער ראַדיקאַלער פּראָטעסט־באַװעגונג. מיט דער צײַט האָט ער אָבער זיך געפֿילט אָן אַ היים צװישן זײַנע קאַמעראַדן. אַלע אַנדערע האָבן געהערט צו פֿאַרשידענע קולטורעלע עטנישע עדות. ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז „מען קען ניט זײַן אַ ייִד פֿאַר זיך אַלײן‟. מיט דער צײַט האָט ער געפֿונען זײַן מין ייִדישקײט אין דער ייִדישער קולטור. זײַן אינטערעס צו פּרצן האָט אים געבראַכט קײן פּױלן. דאָס יאָר איז געװען 1983, און ער האָט זיך װידער געפֿונען אינעם סאַמע ברען פֿונעם פּראָטעסט־קאַמף, דאָס מאָל קעגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים. ער האָט זיך באַקענט מיט יונגע פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן ערשט אַנטדעקט זײערע ייִדישע װאָרצלען, און זינט דעם פֿאַרבלײַבט שטײַנלױף טיף פֿאַרטאָן אין פּױליש־ייִדישע ענינים.

יאַניצקאַ איז באַקאַנט ניט נאָר מיט אירע פֿאָרשונגען פֿון פּױלישער קוטלור, נאָר אױך מיט אירע צאַפּלדיק אַקטועלע פֿאָטאָגראַפֿישע קונסטװערק. זי קומט אַרױס װי אַ שאַרפֿזיניקע פֿרעגערין, און האַלט זיך קריטיש לגבי שטײַנלױפֿס דעות װעגן פּױלן. זײער װיכּוח װערט לעבעדיק װען עס קומט צו דעם ענין פֿונעם פּױלישן שולד און אַחריות לגבי די ייִדן. שטײַנלױף פּרוּװט משׂיג צו זײַן, פֿאַר װאָס אַ היפּשע צאָל פּאָליאַקן האָבן אַזױ שטאַרק פֿײַנט געהאַט ייִדן אַפֿילו נאָך דער באַפֿרײַונג, ניט געקוקט אױפֿן ייִדישן חורבן, װאָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַר זײערע אײגענע אױגן. ער איז נוטה צו דערקלערן אַזאַ באַציִונג דורך דער טראַװמע, װאָס די גאַנצע פּױלישע געזעלשאַפֿט האָט געליטן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע. יאַניצקאַ שטעלט זיך אַנטקעגן, אַז אַזאַ דערקלערונג באַפֿרײַט די פּאָליאַקן פֿונעם אַחריות פֿאַר זײערע פֿאַרברעכנס קעגן ייִדן. איצט רעדט מען צומאָל אַפֿילו װעגן דער „פּױלישער טראַװמע פֿונעם ייִדישן חורבן‟, כּלומרשט די פּאָליאַקן האָבן געליטן בײַגלײַך מיט ייִדן. זי איז קאַטעגאָריש קעגן אַזאַ דעה: „דער אופֿן פֿון אױסטײַטשן די פּױלישע געפֿילן װעגן דעם ייִדישן חורבן װי אַ טראַװמע איז מיר לגמרי דערװידערדיק.‟

די חילוקי־דעות צװישן שטײַנלױף און יאַניצקאַ שטאַמען פֿון זײערע עפֿנטלעכע פּאָזיציעס. יעדער אײנער רעדט צו זײער אײגענעם עולם. שטײַנלױף פּרוּװט צו דערקלערן דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לײענער, אַז מען טאָר ניט באַטראַכטן סטעראָטיפּיש אַלע פּאָליאַקן װי געּבױרענע אַנטיסעמיטן. יאַניצקאַ שטעלט זיך אַנטקעגן דער הײַנטיקער פּױלישער פּראָפּאַגאַנדע, װאָס טענהט, אַז פּאָליאַקן זײַנען געװען פּונקט אַזוינע קרבנות פֿון דער נאַציסטישער אָקופּאַציע װי ייִדן, און דערפֿאַר טראָנן זײ ניט קײן מיטשולד פֿאַרן ייִדישן חורבן. יאַניצקאַ האַלט, אַז אַנטיסעמיטיזם איז טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער פּױלישער קולטור, און די נאַציסטישע אָקופּאַציע האָט „באַפֿרײַט‟ די באַהאַלטענע פּױלישע שׂינאה צו ייִדן. זי איז דערפֿאַר קריטיש לגבי דער הײַנטיקער פּױליש־ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס פּרוּװט צו פֿאַרגלעטן די דאָזיקע סתּירה און אױסמײַדן װאָסער ניט איז קאָנפֿליקט מיט דער פּױלישער אינטעליגענץ. אינעם נאָכװאָרט צו דעם ענגלישן טעקסט טענהט יאַניצקאַ אַפֿילו, אַז אַזאַ מין פּשרה־מאַכערײַ מצד די פּױליש־ייִדישע אַקטיװיסטן האָט מיטגעהאָלפֿן ברענגען צו מאַכט די איצטיקע רעכט־נאַציאָנאַליסטישע רעגירונג.

שטײַנלױף און יאַניצקאַ געהערן ניט נאָר צו פֿאַרשידענע קולטורן, נאָר אױך צו פֿאַרשידענע דורות. זײער לעבנס־דערפֿאַרונג און װעלטבאַנעם איז גאַנץ פֿאַרשידן, און דװקא די דאָזיקע חילוקים מאַכן זײער שמועס אַ פֿאַרכאַפּנדיקע און געשפּאַנטע לעקטור.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.