חבֿרה, „ביאַלי‟ איז נישט קיין ייִדיש וואָרט!Friends, ‘bialy’ is not a Yiddish word!
דאָס געבעקס האָבן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע טאַקע געגעסן אָבער דער טערמין „ביאַלי‟ איז, אין תּוך אַרײַן, אַן ענגלישער.
ד״ר מרדכי קאָסאָווער (1908־1969) איז געווען אַ גרויסער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשער און ייִדישיסט. אַ ווילנער ייִד, האָט ער שטודירט אין ווילנע, ירושלים און באָלטימאָר, וווּ ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט פֿון דזשאַנס האַפּקינס־אוניווערסיטעט, און ער איז אויך געווען אַ לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער אינעם ייִוואָ.
אין 1958 איז אַרויס דורכן ייִוואָ דער „יודאַ. אַ. יאָפֿע־בוך“ מיטן ערשטן קאַפּיטל פֿון קאָסאָווערס פֿאָרשאַרבעט, „ייִדישע מאכלים: אַ שטודיע אין קולטור־געשיכטע און שפּראַכפֿאָרשונג“. די 145 זײַטלעך פֿון אָט דער גרעסערער אַרבעט נעמען אַרײַן בלויז דעם אַרײַנפֿיר מיטן ערשטן קאַפּיטל א״ט „מאכלים פֿון מעל“. צום באַדויערן האָט קאָסאָווער נישט דערלעבט אַרויסצוגעבן קיין ווײַטערדיקע קאַפּיטלעך, אָבער דאָס וואָס ער האָט יאָ אָפּגעדרוקט איז שוין אַ שעדעווער.
קאָסאָווער גיט אָן די געשיכטע פֿון צענדליקער, אויב נישט הונדערטער, מינים געבעקס, סײַ זיסע, סײַ געזאַלצענע. אונדזער הײַנטיקע דיסקוסיע איז שייך צו זײַן קאַפּיטעלע „פּרעצן; זעמל; קוכן; קוילעטש; קוכעלעך; קיכלעך; בייגל; ביסקוויט“. קאָסאָווער באַשרײַבט זיי אָט ווי אַזוי: „טרוקענע געבעקסן, אָן בשׂמים [= געווירצן], פֿאַרקנאָטן אויף וואַסער“.
פֿון אים דערוויסן מיר זיך אין וואָסערע לענדער ס׳זענען געווען בײַ ייִדן אָנגענומען די פֿאַרשיידענע מינים געבעקס; וואָס פֿאַר אַ ברכה ס׳פֿאָדערט יעדעס געבעקס און ווי תּלמידי־חכמים האָבן זיך וועגן דעם מתווכּח געווען; פֿון וואַנעט ס׳נעמען זיך די שייכדיקע טערמינען; און וואָס סע שטייט וועגן זיי אין די ווערטערביכער.
דערוויסן מיר זיך, אַ שטייגער, אַז ס׳וואָרט „זעמל“, אַ סינאָנים פֿון „בולקע“, איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון אַ סעמיטיש לשון דורך גרעקיש, לאַטײַניש און דײַטשיש; דער תּחילתדיקער טײַטש איז געווען „זעמלמעל, דאָס בעסטע ווייצענע מעל“.
דאָס וואָרט „קוילעטש“ איז אויך טשיקאַווע. בײַ די סלאַוון איז דאָס אַ זיסער קוכן; בײַ ייִדן, ווידער, איז עס אָדער טײַטש סתּם „חלה“ אָדער (אָפֿטער) אַ געפֿלאָכטענע חלה (נישט אַלע חלות זענען געפֿלאָכטענע). חוץ דעם באַווײַזט זיך דאָס וואָרט נאָך בײַ רשין, וואָס ער האָט דאָך געוווינט אין פֿראַנקרײַך. קאָסאָווער פֿרעגט: ווי קומט אַזאַ פּויליש־שטאַמיק וואָרט צו רשין? הײַנט וואָלט מען עס גיכער צוגעשריבן צו טשעכיש, אָבער אַפֿילו פֿון טשעכיש איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. זעט איר דאָך אָבער, אַז ווײַט אין מערבֿ־אייראָפּע יאַווען זיך טשעכיש־שטאַמיקע ווערטער; דאָס סאַמע באַקאַנטסטע איז, פֿאַרשטייט זיך, „נעבעך“. נאָר נישט דאָס זענען מיר אויסן.
וועגן קוכנס שרײַבט קאָסאָווער זייער פּרטימדיק. כאָטש מע קען מיינען, אַז „קוכן“ איז טײַטש cake, ד״ה, אַ זיס געבעקס, איז עס לאַוו־דווקא אַזוי. פֿאַראַן, למשל, אַ „שמאַלצקוכן“, אַ פֿליישיקער מאכל און נישט קיין זיסער. אויך פּלעצלעך ווערן בײַ אים דערמאָנט. די דעפֿיניציע: „קוכן, אָדער קיכל, דין געבאַקן, באַשאָטן פֿון אויבן מיט מאָן“. אינעם אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך פֿון שלום ביינפֿעלד און חיים באָכנער פֿאַרטײַטשט מען „פּלעצל“ ווי flat roll/cake; round cracker. אויך האָט מיר די רעדאַקטאָרשע פֿון אָט דער צײַטונג איבערגעגעבן, אַז בײַ איר אין דער משפּחה (אָפּשטאַמיקע פֿון בוקעווינע און פּאָדאָליע) איז „פּלעצל“ פּשוט cracker. קענטיק, אַז אין טייל מקומות איז אַ פּלעצל מער אַ בולקע, אין אַנדערע — גיכער אַ ביסקוויט (אָדער „סוכאַריק/סעכערל“).
איצט קומען מיר צום עיקר: ווי זאָגט מען אויף מאַמע־לשון bialy? אַזאַ געבעקס שטאַמט פֿון דער שטאָט ביאַליסטאָק, איז דער ענגלישער טערמין אַ קירצונג פֿונעם שטאָטנאָמען. ביאַליסטאָקער ייִדן זענען זייער שטאָלץ מיט זייער שטאָט בכּלל און מיטן געבעקס בפֿרט; אָט האָט מיט אַ יאָר צען צוריק געדרוקט אינעם „פֿאָרווערטס“ אַן אַרטיקל אַ ביאַליסטאָקער, אַריה ש[אַ]מיר, וועגן דעם געבעקס, וואָס ער האָט געדענקט נאָך פֿון פֿאַרן חורבן.
בײַ קאָסאָווערן געפֿינט מען בלויז די כּוללדיקע דעפֿיניציעס, אָבער נישט קיין פּרטים וועגן דעם מאכל; אין נחום סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך“, אָבער, יאָ: אין דער סינאָנימען־גרופּע 258 („שפּײַז, געטראַנק“), סובקאַטעגאָריע „געבעקס“, איז דאָ אַ רשימה פּלעצלעך מיט אַ רשימה קוכנס. סטוטשקאָוו האָט זיך נישט אונטערגענומען פֿונאַנדערצושיידן די פּלעצלעך אָדער די קוכנס לויט זייער טעם אָדער פֿאָרעם, זענען אַלע קוכנס גרופּירט אין איין סובסובגרופּע און אַלע פּלעצלעך אין אַן אַנדערער, „עם כּל הנערים“. דאָס אינטערעסאַנטע איז דאָס, וואָס ער ברענגט צוויי טערמינען: „ביאַליסטאָקער קוכן“ און „ביאַליסטאָקער פּלעצל“. היתּכן?
דעם ערשטן טערמין האָב איך געהערט צענדליקער מאָל פֿון מײַן באָבע ע״ה, פֿון גראָדנער געגנט, וואָס זי פֿלעג אויף זיי אַלע מאָל זאָגן סתּם „קוכנס“, אָנעם שטאָטנאָמען. נעם איך אָן, אַז אויף מיזרח פֿון ביאַליסטאָק איז דאָס געווען דאָס אָנגענומענע וואָרט. „פּלעצל“, ווידער, האָבן זיי, ווײַזט אויס, געהייסן אין פּוילישן ייִדיש, אויף מערבֿ פֿון ביאַליסטאָק. אַזוי ווי ביאַליסטאָק איז אַ „פּיילישע“ שטאָט, ד״ה, אַ שטאָט וואָס געהערט צו פּוילן, אָבער וווּ מע רעדט ליטוויש ייִדיש, איז דאָס געבעקס באַקאַנט אין ביידע דיאַלעקטן.
און אין די מקומות ווײַט פֿון ביאַליסטאָק? דאָרטן האָט דאָס געבעקס געקערט זײַן אומבאַקאַנט. איז נישט קיין וווּנדער, אַז די ייִדן וואָס האָבן עס געגעסן ערשט דאָ אין אַמעריקע רופֿן עס מיטן ענגלישן נאָמען: bialy.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO