איצט זענען דאָ צוויי ניו־יאָרקער ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אין דעצעמבערThere Are Now Two NYC Yiddish Festivals in December
צווישן די פּראָגראַמען: אַ פּיעסע וואָס שילדערט דאָס אָנגעווייטיקטע לעבן פֿון איציק מאַנגער און קאָנצערטן לזכר פֿײַוויש פֿינקעל און דזשאָסעף פּאַפּ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
„ייִדיש־ניו־יאָרק“ וועט הײַיאָר ניט זײַן דער איינציקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר אין מאַנהעטן סוף־דעצעמבער. דער „ייִדישקייט־איניציאַטיוו“, אַ פֿונדאַציע מיטן אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן און דער שרײַבערין מרים האָפֿמאַן בראָש, אָרגאַניזירט אַ פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון שבת, דעם 21סטן דעצעמבער, ביז זונטיק, דעם 29סטן דעצעמבער.
דער נײַער פֿעסטיוואַל „ייִדישפֿעסט“,, וועט אַרײַננעמען קאָנצערטן, טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, פֿילם־ווײַזונגען און רעפֿעראַטן.
צווישן די פּראָגראַמען:
שבת, דעם 21סטן דעצעמבער, 7:30 אין אָוונט בײַם „סימפֿאָני־ספּייס“, וועט מען פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט לזכר דעם טעאַטער־אימפּרעסאַריאָ און גרינדער פֿון דער פּאָפּולערער ראַדיאָ־פּראָגראַם געווידמעט קורצע דערציילונגען Selected Shorts — ישעיה שעפֿער. די פּראָגראַם וועט אָפּגעבן כּבֿוד שעפֿערס קינסטלערישע וואָרצלען אינעם ייִדישן טעאַטער. עס וועלן אָנטייל נעמען אין דער פּראָגראַם אַבֿי האָפֿמאַן, לאַני מײַערס און סוזאַנע שעפֿער.
זונטיק, דעם 22סטן דעצעמבער, 3 אַ זייגער נאָך מיטאָג בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע“, וועט פֿאָרקומען אַ חנוכּה־קאָנצערט לזכר דעם טעאַטער־אימפּרעסאַריאָ און גרינדער פֿון ”שייקספּיר אינעם פּאַרק“ דזשאָסעף פּאַפּ (פֿון דער היים: יאָסל פּאַפּיראָווסקי). עס וועלן אָנטייל נעמען אַבֿי האָפֿמאַן און רינע באָראָ. אין דער פּראָגראַם וועט מען פֿאָרשטעלן אַ ריי לידער פֿונעם מיוזיקל „לידער פֿון גן־עדן“, וואָס דער ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָסעף פּאַפּ האָט פֿאָרגעשטעלט מיט 30 יאָר צוריק. דעם מיוזיקל האָבן אָנגעשריבן מרים האָפֿמאַן און רינע באָראָ אויפֿן סמך פֿון איציק מאַנגערס „חומש־לידער“.
דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט, וועט אַבֿי האָפֿמאַן פֿאָרשטעלן די פּיעסע „זכרונות פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פּאָעט: דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער“, בײַם „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט“. די פּיעסע, אָנגעשריבן פֿון מרים האָפֿמאַן, נעמט אַרײַן מוזיק פֿון בנימין שעכטער, און ווערט באַגלייט מיט ענגלישע און שפּאַנישע איבערקעפּלעך.
דאָנערשטיק, דעם 26סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט“, וועט מען פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט לזכר דעם זינגער, אַקטיאָר און קאָמיקער פֿײַוויש פֿינקעל. די פּראָגראַם נעמט אַרײַן מוזיק פֿון פֿינקעלס זון עליאָט פֿינקעל און אַקטיאָרן, וואָס זענען במשך פֿון די יאָרן אויפֿגעטראָטן מיט פֿײַוויש פֿינקעל.
פֿרײַטיק, דעם 27סטן דעצעמבער, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג בײַם „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט“, וועט מען צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק ווײַזן דעם [ייִדיש־שפּראַכיקן קורצן־פֿילם](”שחיטה“](http://yiddish.forward.com/articles/216285/yiddish-short-film-shehita-to-be-screened-in-major/) מיט אַבֿי האָפֿמאַן אין דער הויפּטראָלע.
פֿרײַטיק, דעם 27סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט“ וועלן אַבֿי האָפֿמאַן און דער מוזיקער אַהרן קולאַ פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם „ראָמערקע“, וואָס פֿאָלגט נאָך די געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער פֿון אירע וואָרצלען אין רומעניע ביז זײַנע בלי־יאָרן אויף דער צווייטער עוועניו.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

