אַ צווייטער קוק אויף לבֿנעןA Second Look At Laban
הגם לבֿן האָט געשטעלט אין סכּנה דאָס ייִדישע פֿאָלק, איז זײַן שווינדלערײַ געווען אַ נישטיקייט אין פֿאַרגלײַך מיט דער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט.
דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר אין פּרשת ויצא ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער קיין חרן, צו זײַן פֿעטער לבֿן, וווּ ער האָט שווער געהאָרעוועט במשך פֿון 20 יאָר. סוף־כּל־סוף, האָט אַ מלאך זיך באַוויזן פֿאַר יעקבֿן אין אַ חלום און אים געהייסן זיך אומצוקערן אַהיים.
בײַם פּסחדיקן סדר הייבט מעט אויף דעם כּוס און מע דערמאָנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט פּרעה, וועלכער האָט גוזר געווען אומצוברענגען די ייִדישע ייִנגלעך, האָט לבֿן „געוואָלט אַלעמען אויסראָטן‟ — דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק.
אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס ווי אַ גוזמא. יעקבֿ אָבֿינו האָט חתונה געהאַט מיט לבֿנס צוויי טעכטער און באַקומען נאָך צוויי קעפּסווײַבער — לויט אַ באַקאַנטער דעה, אויך רחל און לאהס שוועסטער. האָרעווענדיק ווי אַ פּאַסטעך, האָט יעקבֿ געהאַט אַ סך קינדער און ווײַטער געלערנט תּורה, ווי עס באַטאָנען די חז״ל. הגם די תּורה איז דעמאָלט נאָך נישט געגעבן געוואָרן אינעם בוכשטעבלעכן זין, האָט יעקבֿ געהאַט גענוג פּנאַי, דאָס הייסט — פֿרײַע צײַט, צו דינען און משׂיג זײַן דעם רבונו־של־עולם אויף זײַן אייגענעם אופֿן. ווען יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן און לבֿן האָט אים נאָכגעיאָגט, האָבן זיי זיך גלײַך איבערגעבעטן.
אינעם תּרגום פֿון יונתן בן עוזיאל שטייט געשריבן, אַז לבֿן איז בלעם; די גמרא זאָגט אויך, אַז בלעמס נאָמען איז געווען לבֿן האַרמי. לויט אַן אַנדער ווערסיע, איז לבֿן געווען לבֿנס טאַטע אָדער זיידע. על־פּי פּשט מיינט עס, אַז די דאָזיקע צוויי פּערסאָנאַזשן האָבן געהאַט ענלעכע שלעכטע כּוונות. בלעם האָט געוואָלט שעלטן ייִדן מיט אַ טויט־קללה; לבֿן האָט געהאָפֿט, אַז יעקבֿ וועט בײַ אים אַרבעטן דאָס גאַנצע לעבן און ממילא וועט נישט האָבן קיין מעגלעכקייט צו גרינדן אַן אייגן פֿאָלק.
פֿון דעסט וועגן, אַז מע טראַכט וועגן די שוידערלעכע מעשׂים פֿונעם חורבן, ווען ייִדן האָבן נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו אַנטלויפֿן, קלינגען לבֿנס קונצן כּמעט ווי אַן אומשולדיקע שפּיל. מיט טײַוולאָנישער כיטרעקייט האָבן די נאַציס זיך אַפֿילו געגעבן אַן עצה צו פֿאַרוואַנדלען די קרבנות אַליין אין אַ טייל פֿון זייער טויטמאַשין.
מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער וועגן מײַן אַרבעט איבער די זכרונות פֿון הרבֿ לייב לאַנגפֿוס. מיט אַ יאָר צוריק איז מיר אויסגעפֿאַלן זיי איבערצוזעצן אויף ס׳נײַ פֿון ייִדיש אויף רוסיש. דער דײַטשישער וואַריאַנט פֿון מײַן איבערזעצונג איז אַרײַן אינעם נײַעם בוך „בריוו פֿון גיהנום‟ (Briefe aus der Hölle).
דער הײַנטיקער מוצאי־שבת, י׳ כּסלוו, איז דער לעצטער טאָג, ווען לאַנגפֿוס האָט נאָך געפֿירט זײַן טאָגבוך אין אוישוויץ. ס׳זעט אויס, אַז דעם זעלבן טאָג אָדער מיט איין טאָג שפּעטער איז ער אומגעקומען. לאַנגפֿוס, אַ ייִד אַ תּלמיד־חכם, האָט געדינט ווי אַ דיין אין מאַקעוו, פּוילן. אַ געבוירענער אין וואַרשע אַרום 1910, האָט ער דורכגעמאַכט אַ טראַגיש קורץ לעבן. הגם ער איז געווען זייער אַ רושמדיקער עדות־זאָגער, בלײַבן זײַנע ווערק פֿאַקטיש אומבאַקאַנט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור. די נאַציס האָבן אים געצוווּנגען צו אַרבעטן אין דער זאָנדערקאָמאַנדע — דעם ספּעציעלן אָפּטייל פֿונעם לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו, צונויפֿגעשטעלט כּמעט אויסשליסלעך פֿון ייִדן, וואָס האָט געמוזט העלפֿן די מערדער בײַם גרייטן די קרבנות צום טויט און בײַם פּטור ווערן פֿון די קערפּערס.
די זאָנדערקאָמאַנדע־לײַט האָבן עס געטאָן, וויסנדיק גאַנץ קלאָר, אַז אויף זיי אַליין וואַרט דער זעלביקער ביטערער גורל. קיין ברירה האָבן זיי נישט געהאַט: ווען עמעצער פֿון זיי וואָלט זיך אָפּגעזאָגט, וואָלטן די נאַציס באַשטראָפֿט ייִדן נאָך ערגער און געצוווּנגען אַן אַנדערן אויסצופֿירן די פֿינצטערע אַרבעט.
די אַרבעט איבער לאַנגפֿוסעס זכרונות איז מיר אָנגעגאַנגען טאָפּלט שווער, צוליב דעם צעשעדיקן מצבֿ פֿונעם כּתבֿ־יד און צוליב דעם קאָשמאַריש שוידערלעכן תּוכן. בײַם דעשיפֿרירן און איבערזעצן דעם טעקטס האָב איך טאַקע געטראַכט, אַז די תּורה־געשיכטעס וועגן לבֿן, בלעם און אַנדערע לעגענדאַרע שׂונאים פֿון ייִדן קלינגען ווי אַ נישטיקייט אין קאָנטראַסט מיט קאָנקרעטע געשעענישן מיט דרײַ דורות צוריק.
פֿאָרט, ווי עס וואָרענען אונדז די חז״ל, דאַרפֿן מיר געדענקען, אַז שווינדערלײַ און שקר קאָנען אויך גורם זײַן אַן עכטע קאַטאַסטראָפֿע. אַפֿילו אַ שלעכט וואָרט קען הרגענען, און אַ גוט וואָרט — ראַטעווען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor