וואַלערי דימשיצעס קאַמף קעגן עם־האָרצדיקע איבערזעצערValery Dymshits’ Crusade Against Ill-Informed Translators
אין אַ זאַמלונג עסייען שרײַבט דער פֿאָרשער מיט קלאָרע דיבורים וועגן די פּראָבלעמען מיט איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
דער רוסישער זשורנאַל „דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך אין דער װעלט פֿון ביכער‟, וואָס איז דער דרוק־אָרגאַן פֿונעם ייִדישן קולטור־צענטער אין פּעטערבורג, גיט זיך אַ סך אָפּ מיט די פּראָבלעמען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די אַרטיקלען זײַנען כּסדר זאַכלעך און שאַרף, בפֿרט װען מען אַנטפּלעקט דאָס עם־האָרצות פֿון אײניקע רוסישע קריטיקער און איבערזעצער, װאָס נעמען זיך פֿאַר רעדן װעגן ייִדישער קולטור אָן געהעריקע קענטענישן. פֿון מאָל צו מאָל לאָזט מען אַרױס אַ בײַלאַגע צו דעם זשורנאַל אין בוכפֿאָרם, װאָס נעמט אַרײַן אַרטיקלען אױף אַ געװיסער טעמע.
אָקערשט איז אין דער דאָזיקער סעריע דערשינען אַ זאַמלונג קריטישע אַרטיקלען פֿון װאַלערי דימשיץ, אַ באַקאַנטן איבערזעצער פֿון ייִדיש אױף רוסיש און אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור. שױן כּמעט צװאַנציק יאָר פֿירט דימשיץ אַ פּובליציסטישע מלחמה פֿאַרן כּבֿוד פֿון ייִדיש און דער ייִדישער ליטעראַטור קעגן טאַנדעטנע איבערזעצערס און חוצפּהדיקע קריטיקער. דערבײַ באַרירט ער אױך װיכטיקע טעאָרעטישע פּראָבלעמען פֿון ליטעראַרישער איבערזעצונג און ייִדישער ליטעראַטור. נאַטירלעך, אינטערעסירן אים קודם־כּל די צענטראַלע ליטעראַרישע פֿיגורן, װאָס רעפּרעזענטירן די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר דער װעלט: יצחק באַשעװיס און שלום־עליכם. זײ זײַנען געװידמעט די צװײ ערשטע טײלן פֿונעם בוך.
אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט מען אָפֿיציעל באַשטימט שלום־עליכמען פֿאַרן גרעסטן „פּראָגרעסיװן‟ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געװען פּאָפּולער סײַ בײַם ייִדישן און סײַ בײַם רוסישן לײענער, און זײַנע געזאַמלטע װערק אין זעקס בענד אין רוסישע איבערזעצונגען זײַנען געװען אַ מוז־זאַך אין דער הײם פֿון יעדער אינטעליגענטער ייִדישער משפּחה. צוליב אידעאָלאָגישע טעמים האָט מען ניט אַרײַנגענומעןּ אין דער דאָזיקער זאַמלונג געװיסע װערק, װאָס מען האָט געהאַלטן פֿאַר צו נאַציאָנאַליסטישע, װי למשל דעם ראָמאַן „דער בלוטיקער שפּאַס‟. אָבער די ליטעראַרישע קװאַליטעט פֿון די איבערזעצונגען איז געװען גאַנץ גוט, און צוליב דער דאָזיקער אױסגאַבע איז שלום־עליכם גוט באַקאַנט געװאָרן דעם נאָך־מלחמיקן דור סאָװעטישע ייִדן און ניט־ייִדן.
יענער דור סאָװעטישע ייִדן האָט שױן ניט געקענט לײענען שלום־עליכמען אױף ייִדיש, שרײַבט דימשיץ, אָבער האָט נאָך אַלץ פֿאַרמאָגט אַ השׂגה פֿונעם ייִדישן שטײגער. דער איצטיקער יונגער דור רוסישע ייִדן איז שױן װײַט דערפֿון. ייִדישקײט פֿאַר זײ װערט פֿאַרקערפּערט אין רבנים מיט שװאַרצע קאַפּאָטעס און מדינת־ישׂראל. פֿאַר זײ דאַרף מען אױסטײַטשן שלום־עליכמס טעקסטן װי אַן אַלטער דאָקומענט פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, מיט פּרטימדיקע הקדמות און הערות. װי אַ דוגמא פֿון אַזאַ אַנאַליטישן צוגאַנג, װאָס אַנטפּלעקט שלום־עליכמס ליטעראַרישער מײַסטערשאַפֿט, מאַכט דימשיץ אַ פֿאַרגלײַך צװישן שלום־עליכמס מעשׂה „װיגרישנע בילעט‟ און דער לאַנגער דערצײלונג „טאַראַס בולבאַ‟ פֿונעם רוסיש־אוקראַיִנישן שרײַבער ניקאָלײַ גאָגאָל. גאָגאָלס װערק באַזינגט די אוקראַיִנער קאָזאַקן און זײערע רציחות אױף ייִדן. דימשיץ באַװײַזט, װי אַזױ שלום־עליכם מאַכט אַ מין פּאַראָדישן ייִדישן „גילגול‟ פֿון גאָגאָלס דערצײלונג.
אַנדערש איז געװען דער סאָװעטישער גורל פֿון יצחק באַשעװיס. ביז די סוף־1980ער יאָרן האָט מען זײַנע װערק ניט געדרוקט. באַשעװיס איז געקומען צו דעם רוסישן לײענער אין צװײ מינים איבערזעצונגען, פֿון ענגליש און פֿון ייִדיש. „עס װאַרפֿט זיך גלײַך אין די אױגן, אױף װיפֿל די שפּראַך און דער סטיל פֿון די איבערזעצונגען פֿון ענגליש איז אָרעמער און פּשוטער, אײדער פֿון ייִדיש,‟ שרײַבט דימשיץ. די דאָזיקע אָפּשאַצונג, װאָס ער האָט פֿאָרמולירט אין 2000, האָט טאַקע געפּועלט בײַ די רוסישע פֿאַרלעגער. אין די לעצטע יאָרן זעצט מען באַשעװיסן איבער לרובֿ פֿון ייִדיש, אָפֿט מאָל לױט די נוסחאות, װאָס זײַנען לכתּחילה געדרוקט געװאָרן אין המשכים אין פֿאָרװערטס.
ניט געקוקט אױף די באַמיִונגען פֿון געטרײַע איבערזעצער און פֿאָרשער, „פֿאַרבלײַבט די ייִדישע קולטור נאָך אַלץ די סאַמע עקזאָטישע צװישן אַלע אײראָפּעיִשע קולטורן אין די אױגן פֿונעם רוסישן לײענער,‟ פֿאַרסכ־הכּלט דימשיץ זײַן איבערזיכט. און שולדיק אין דעם איז, לױט זײַן דעה, דװקא די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענץ, „װאָס װײסט גאָר ניט װעגן ייִדישקײט און װיל גאָר ניט ניט װיסן חוץ דעם, װאָס דאָס זײַנען באָבע־זײדעס קלײן־שטעטלדיקע נאַרישקײטן, װאָס די טאַטע־מאַמעס האָבן שױן גוט פֿאַרגעסן.‟
די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענץ, װאָס איז הײַנט צעזײט און צעשפּרײט אױף אַלע זיבן ימען, האָט אירע אײגענע קולטורעלע העלדן. אױפֿן ערשטן אָרט שטײט יצחק באַבעל, דער מחבר פֿון דער „רױטער פֿערד־אַרמײ‟. דער ליטעראַטור־פֿאָרשער שמעון מאַרקיש, פּרץ מאַרקישעס עלטערער זון, האָט אַנטװיקלט אַ טעאָריע פֿון דער אײגנאַרטיקער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, װוּ באַבעל פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיקן אָרט. דימשיץ טענהט קעגן אַזאַ דעפֿיניציע. ער האַלט, אַז באַבעל איז טאַקע אַ רוסישער שרײַבער, װאָס האָט געניצט ייִדישן מאַטעריאַל. באַבעל איז געװען אַ מײַסטער פֿון מיסטיפֿיקאַציע, און האָט כּסדר אױסגעטראַכט אַ ייִדישע „װירקלעכקײט‟, װאָס ער האָט געקענט גאַנץ גוט, צוליב זײַנע קינסטלערישע צװעקן. דימשיץ באַװײַזט, למשל, אַז ייִדישע פֿיגורן אין דער „רױטער פֿעלד־אַרמײ‟ דינען װי אַ מין ליטעראַרישער אונטערשפּאַר־כּלי פֿאַר אױסמאָלן פֿולבלוטיקע זאַפֿטיקע געשטאַלטן פֿון קאָזאַקן, אַזױ װי עס האָט געמאַכט גאָגאָל אין „טאַראַס בולבאַ‟.
אין אַנדערע אַרטיקלען באַהאַנדלט דימשיץ פֿאַרשידענע ייִדישע מחברים, װאָס זײַנען געװאָרן צוטריטלעך אױף רוסיש נאָך דעם סוף פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד: דער נסתּר, פֿיליפּ ראָט, אַבֿרהם סוצקעװער און די הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער באָריס סאַנדלער און מיכאל פֿעלזנבאַום. זײַן סך־הכּל איז פּשוט: ייִדישע ליטעראַטור האָט אַ צוקונפֿט אין רוסלאַנד בלױז נאָך דעם ווי זי װעט איבערגעזעצט ווערן אױף אַ גוטער רוסישער שפּראַך. אַ ניט, װעט מען זי ניט לײענען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO