די קונסט פֿונעם ייִדישן מאָנאָלאָג און אַנדערע מיני־קורסן אויף ייִדיש‘The Art of the Yiddish Monologue’ and other mini-courses in Yiddish
מע וועט בײַם ייִוואָ אויך לערנען קורסן פֿון שעפֿעריש שרײַבן און וועגן די לידער פֿון דוד האָפֿשטיין.

שלום עליכם איז געווען איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער פֿון מאָנאָלאָגן אויף ייִדיש Courtesy of the Forward
במשך פֿונעם חודש יאַנואַר 2026 וועט ייִוואָ פֿירן די ווײַטערדיקע מיני־קורסן אויף ייִדיש:
• „די קונסט פֿונעם ייִדישן מאָנאָלאָג“, וווּ מע וועט לייענען און אַרומרעדן מאָנאָלאָגן פֿון שלום עליכם, י. לץ פּרץ, דער טונקעלער, ב. קאָוונער, משה נאַדיר, רחל ברכות און יצחק באַשעוויס. מע וועט אויל אַרומרעדן די געשיכטע פֿונעם מאָנאָלאָג אין ייִדישן טעאַטער (שיין בייקער)
• שעפֿעריש שרײַבן, וווּ מע וועט אויפֿן סמך פֿון ליטעראַטור־מוסטערן באַטראַכטן די וויכטיקע באַשטאַנדטיילן פֿון פּראָזע — שפּראַך, סטיל, דיאַלאָג, געשטאַלט און פּייסאַזש (באָריס סאַנדלער)
• יצחק־לייבוש פּרץ און זײַנע באַציִונגען מיט די נײַ־געבוירענע ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן אין משך פֿון די 1890ער יאָרן (עדי מהלאל)
• די גרויסע אַקטריסע אסתּר רחל קאַמינסקאַ, וווּ די סטודענטן וועלן לייענען אירע זכרונות אויף ייִדיש (מיכל יאַשינסקי)
• די לידער פֿון דוד האָפֿשטײן, וואָס איז מערקווירדיק צוליב זײַן צונױפֿפֿלעכט פֿון דײַטשישע, רוסישע און אוקראַיִנישע ליטעראַרישע טראַדיציעס מיט תּנכישע און מאָדערנע ייִדישע השפּעות (יודזשין אָרנשטיין)
• די ייִוואָ־גדולים אין זייערע אייגענע ווערטער, וווּ מע וועט לייענען די שריפֿטן פֿון א. טשעריקאָװער, מ. װײַנרײַך, י. לעשטשינסקי, י. מאַרק, ש. ניגער, נ. פּרילוצקי, ז. קלמנאָװיטש, ז. רייזען, י. שאַצקי און נ. שטיף (דוד בראַון)
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
