אַ כּשרע שפּײַזקראָם איז אַ סך מער ווי אַ געשעפֿטA Kosher Grocery Store Is So Much More Than a Business
דאָ דאַרפֿן קינדער קיין מאָל נישט פֿרעגן: „מאַמי, ס׳איז כּשר?‟ — ס׳איז דער איינציקער סופּערמאַרק וווּ זיי פֿילן זיך גלײַך מיט אַלע אַנדערע קינדער.

Image by Getty Images
זינט דעם אַטאַק אויף דער שפּײַזקראָם אין דזשערזי סיטי זוך איך די ריכטיקע ווערטער אויסצודריקן פֿאַר וואָס אַ כּשרע שפּײַזקראָם איז בײַ מיר פּונקט אַזוי ייִדישלעך, היימיש און אַפֿילו הייליק ווי אַ שיל.
איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין אַז בײַ קינדער, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן צו עסן בלויז יענע שפּײַזן וואָס האָבן אַ הכשר, איז די אָפֿטסטע פֿראַגע אין אַן אַלגעמיינעם סופּערמאַרק: „מאַמי, טאַטי, איז דאָס כּשר?‟ דאָס קינד שטייט און וואַרט אומגעדולדיק בשעת די עלטערן קאָנטראָלירן דאָס שפּײַזקעסטל פֿון אַלע זײַטן, זוכנדיק אַ קליינטשיקן סימבאָל וואָס באַטײַט אַז יאָ, ס׳איז כּשר. ס׳רובֿ פֿון דער צײַט אָבער, בפֿרט ווען ס’רעדט זיך וועגן אַ נאַש וואָס דאָס קינד האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען, איז דער ענטפֿער: ניין. דאָס קינד געוווינט זיך צו צו דעם „ניין‟ אָבער אַוודאי איז עס אַן אַנטוישונג.
אין אַ כּשרער שפּײַזקראָם איז פּונקט פֿאַרקערט. דאָרט איז דאָס קינד גלײַך מיט אַלע אַנדערע קינדער. יאָ, די עלטערן זאָגן אַ מאָל: „ניין, מיר וועלן דאָס נישט קויפֿן‟ — אָבער נישט צוליב כּשרות און נישט צוליב דעם וואָס דאָס קינד איז אַנדערש פֿון אַנדערע קינדער. אין אַ כּשרן געשעפֿט פֿילט זיך דאָס קינד גלײַך מיט אַלע אַנדערע; דאָס הייסט, אין גאַנצן נאָרמאַל.
דאָס היימישע געפֿיל בײַט זיך נישט אַפֿילו נאָך דעם ווי דאָס קינד וואַקסט אויס. במשך פֿון זײַן לעבן בלײַבט די כּשרע שפּײַזקראָם אַן אָרט וווּ אַלע ספּעציעליטעטן ווערן צוגעגרייט און פֿאַרקויפֿט לויטן ייִדישן לוח. אַנשטאָט צו באַשטעלן שאָקאָלאַדנע קרוליקלעך לכּבֿוד פּאַסכע ווי מע טוט בײַ די אַלגעמיינע סופּערמאַרקן, באַשטעלט מען דאָ דאָס זיסוואַרג לכּבֿוד פּורים.
די כּשרע שפּײַזקראָם איז אויך דאָס אָרט וואָס בלײַבט אָפֿן לענגערע שעהען דאָנערשטיק אויף דער נאַכט ווײַל יענעם אָוונט דאַרף מען קאָכן לכּבֿוד שבת. ס׳איז דאָס אָרט וווּ מע כאַפּט זיך אַרײַן פֿרײַטיק גאַנץ פֿרי, איידער מע פֿאָרט צו דער אַרבעט, און דאָרט זעט מען צענדליקער מענטשן איבערן געשעפֿט, האַלטנדיק אין דער האַנט בייגעלעך פּאַפּיר מיט רשימות, לייגן אַרײַן אין וואָגן אַ נײַ קעסטל שבת־ליכטלעך ווײַל דאָ אין אַ כּשרער שפּײַזקראָם איז דאָס פּונקט אַזוי וויכטיק ווי געפֿעסזייף.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ איז די כּשרע שפּײַזקראָם דאָס אָרט וווּ מענטשן (אָפֿט מאָל — פֿרויען) טוען די ממש הייליקע אַרבעט פֿון אײַנקויפֿן אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן צו האָדעווען זייערע משפּחות אויף שבת, שאַפֿנדיק דערבײַ אייביקע זכרונות פֿון „שבתדיקע מאכלים‟ וואָס זייערע קינדער וועלן יאָרן שפּעטער נאָך אַלץ פֿאַרבינדן מיט קדושה און ייִדן און שבת, פּונקט אַזוי פֿיל ווי די ניגונים וואָס זיי הערן אין שיל.
ברוך אַתּה ה׳ הזן את הכּל.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
