„וווּדסקיס וועלט‟ — אַ ייִדיש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון שוועדן“Wdski’s World” – A Yiddish-Language TV Show from Sweden
טאָמאַס וווּדסקי פֿאָרט אין פֿיר לענדער, כּדי צו אינטערוויויִרן ייִדישיסטן וועגן זייער לעבן און דער שפּראַך וואָס פֿאַרבינדט זיי.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צום ערשטן מאָל אינעם 21סטן יאָרהונדערט האָט מען טראַנסמיטירט אַ נײַע טעלעוויזיע־פּראָגראַם אין גאַנצן אויף ייִדיש.
עס גייט אַ רייד וועגן „וווּדסקיס וועלט‟, אַ סעריע רײַזע־נאָטיצן פֿונעם ייִדישיסט טאָמאַס וווּדסקי, אין וועלכן ער פֿאָרט אין פֿיר שטעט און שמועסט מיט מענטשן אויף מאַמע־לשון. די סעריע, אין 4 30־מינוטיקע קאַפּיטלען, ווערט פּראָדוצירט און טראַנסמיטירט דורך דער שוועדישער מלוכישער ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־אַגענטור. די קאַפּיטלען, וואָס מע קען שוין קוקן אָנלײַן, נעמען אַרײַן רײַזעס קיין בוקאַרעשט, תּל־אָבֿיבֿ, פּאַריז און לאָנדאָן.
צו זען „וווּדסקיס וועלט‟ קוועטשט דאָ.
אין בוקאַרעשט פֿאָרט וווּדסקי אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל און כאַפּט אַ שמועס מיט אָרטיקע אַקטיאָרן און באַזוכער פֿון ישׂראל, וואָס זענען געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל.

Image by SVT
אין לאָנדאָן טרעפֿט ער זיך מיט די מעקסיקאַנער ייִדיש־אַקטיוויסטן טאַמאַרע גליסאָן און אַרטוראָ קערבל, וואָס דערציילן אים וועגן דער אָרטיקער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה. ער באַזוכט אויך אַן „אָפֿענעם מיקראָפֿאָן‟, און שמועסט מיט ד׳׳ר וויווי לאַקס וועגן די אַמאָליקע ייִדישע לידער פֿון דער לאָנדאָנער געגנט, ווײַטשאַפּעל.
אין תּל־אָבֿיבֿ באַזוכט ער די הויפּטקוואַרטיר פֿון „יונג־ייִדיש‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער ריזיקער אָרטיקער אויטאָבוס־סטאַנציע. דאָרטן טרעפֿט ער זיך מיט מענדי כּהנא, דעם גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס ווײַזט אים אַ ריי ביכער און אַנדערע חפֿצים פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. אין דער „העברעיִשער שטאָט‟ רעדט וווּדסקי אויך מיט בעלאַ בריקס־קלײַן און דער פֿאָרשערין פֿון קוויר־קולטור אויף ייִדיש זהור ווײַמאַן־קעלמאַן.
אין פּאַריז באַזוכט ער דעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟, וווּ ער טרעפֿט זיך מיט זײַן דירעקטאָר טל־חבֿר כיבאָווסקי, אַ ריי אָרטיקע סטודענטן, אַרײַנגערעכנט רייזע טורנער, און דער ייִדיש־פֿאָרשערין וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
