Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער באָבע חנהס ריבאײַזן (מיט אוידיאָ)My Grandma Anna’s Grater (With Audio)

אַ דאַנק דער וויכטיקער כּלי האָט זי געריבן קאַרטאָפֿל אויף לאַטקעס, ציבעלע אויף געפֿילטע פֿיש און האַלב־צעקוועטשטע עפּל אויף חרוסת.

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

שטייען שטייט ער דאָ אויפֿן טאָמבאַנק בײַ מיר אין קיך. כ’האָב בדעה געהאַט אים אַרײַנצולייגן אין אַ שופֿלאָד אָדער אַרײַנרוקן אים טיף אין טעלער־שאַפֿקעלע, אָבער דעם אמת געזאָגט, האָב איך פּשוט ליב צו קוקן אויף דעם בשעת איך וואַש דאָס געפֿעס. ס׳איז שוין היפּש אָפּגעבליאַקעוועט, נאָך לאַנגע יאָרן פֿון האָבן צעריבן קאַרטאָפֿל אויף לאַטקעס, ציבעלע אויף געפֿילטע פֿיש און האַלב־צעקוועטשטע עפּל וואָס זי האָט מסתּמא געקויפֿט פֿאַר אַ שיבוש אויף צו מאַכן חרוסת.

די אייגנטימערין פֿון יענעם פֿיר־זײַטיקן ריבאײַזן איז געווען מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד, די באָבע חנה. אַ לעבן געבליבענע פֿון חורבן האָט זי יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ „פֿינישער‟ אינעם ניו־יאָרקער באַקלייד־דיסטריקט — צוגענייט קנעפּלעך און זיפּערס אויף קליידער איידער מע האָט אָנגעהויבן אימפּאָרטירן די קליידער פֿון כינע. אירע פֿעיִקייטן האָב איך אַליין דערקענט, בעת איך האָב זיך צוגעקוקט ווי זי האָט פֿלינק אײַנגעצאַמט מײַנע לאַנגע דזשינס־הויזן וואָס זי האָט גערופֿן „דאָנגאַריס‟.

נאָכן פּענסיאָנירן זיך האָט זי יעדן טאָג פֿאַרבראַכט שעהען לאַנג בײַ זיך אין דער קליינער קיך — אַן אָרט וואָס האָט מיט דער צײַט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אויך אין מײַן אייגן לעבן. אין קיך איז געשטאַנען אַ הילצערן טישל מיט זעקס עקןץ לעבן טיש — בענקלעך באַדעקט מיט וויניל (vinyl, בלע״ז). איבערן טישל איז געהאָנגען אַ געשטיקט בילד פֿון אַ פֿרוי וואָס בענטשט די שבת־ליכט. בײַ יענעם טישל האָב איך יאָרן לאַנג זיך צוגעהערט ווי זי און די מאַמע רעדן ייִדיש. דערבײַ האָב איך געפּרוּווט דעשיפֿרירן וואָס זיי זאָגן.

בײַ יענעם טישל האָבן מיר אויך געבאַקן קיכעלעך אין דער פֿאָרעם פֿון מענטשעלעך. בײַם צוגרייטן דאָס טייג האָבן מיר געריבן מאַראַנצן־שאָלעכץ מיטן ריבאײַזן, אַרײַנגעמישט דאָס געריבענע שאָלעכץ אינעם טייג און דערנאָך אויסגעוואַלגערט עס מיט אַ וואַלגערהאָלץ. נאָכן אָפּבאַקן די קיכעלעך האָבן מיר זיי באַשפּריצט מיט מעלצוקער.

בײַ דער באָבען אין קיך איז אַ גאַנץ יאָר געווען וואַרעם. ווינטערצײַט פֿלעגט זי מיר מאַכן אַ טעפּל קאַקאַו פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿירמע „דראָסט‟ און מיר געבן פּוטער־קיכעלעך פֿון אַ בלעכענעם שאַכטל פֿון דענמאַרק.

אין ווינקל פֿון דער קיך איז געשטאַנען אַ טואַלעט־טישל מיט אַ באַנק. טראַכטנדיק איצט וועגן דעם איז דאָס טאַקע געווען אַ מאָדנע אָרט פֿאַר אַזאַ זאַך, בפֿרט אַז ס׳איז געווען גענוג אָרט אין איר שלאָפֿצימער פֿאַר אַזאַ טישל. איך האָב שטאַרק ליב געהאַט צו עפֿענען די שופֿלאָדן און זען די כּלערליי שאַטירונגען פֿון ראָזעווער ליפּן־פּאָמאַדע און בלישטשענדיקן העל בלאָען אויגן־פּודער. פֿון צײַט צו צײַט האָט זי מיר אַפֿילו געלאָזט זיך באַשמירן מיט ליפּן־פּאָמאַדע און באַקן־רייטל. בלאַסע באַקן האָבן בײַ איר אויסגעזען ווי מ׳איז קראַנק.

הײַנט, אַז איך פֿאַרברענג אַליין ס׳רובֿ פֿון דער צײַט בײַ מיר אין קיך פֿאַרשטיי איך שוין פֿאַר וואָס דאָס טואַלעט־טישל איז געשטאַנען בײַ דער באָבען אין קיך. בײַ איר איז דאָס פּוצן זיך און דאָס קענען האָדעווען איר מאַן און קינדער געווען געקנופּט און געבונדן — אַן אומגעריכטע מתּנה פֿאַר די וואָס האָבן באַוויזן זיך צו ראַטעווען פֿונעם נאַצי־גיהנום. דאָס קענען זיך שענער מאַכן איז בײַ איר געווען אַ וויכטיקער טייל פֿונעם אַמעריקאַניזירן זיך — צי דאָס איז געווען דורכן טראָגן די לעצטע מאָדעס (זי האָט קיין מאָל נישט געטראָגן קיין הויזן) צי דאָס באַשמירן זיך די באַקן. דערבײַ האָט זי כאָטש אויף אַ ווײַלע פֿאַרגעסן איר שרעקלעכע פֿאַרגאַנגענהייט. דאָס וואָס זי האָט געקענט קאָכן פֿאַר איר משפּחה די מאכלים פֿון אירע קינדעריאָרן איז געווען איר אופֿן פֿון אָפּגעבן כּבֿוד איר אייראָפּעיִשן הינטערגרונט און גלײַכצײַטיק האָט עס רעפּרעזענטירט די פֿרײַהייט און שפֿע וואָס זי האָט אַנטדעקט דאָ אין אַמעריקע.

די באָבע האָט זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט פֿירן אַן אויטאָ. איר סופּערמאַרק און גרינסנקראָם האָבן זיך געפֿונען בלויז איין גאַס פֿון איר הויז.

נאָך דעם ווי זי איז ניפֿטר געוואָרן האָט מײַן מאַמע מיך געפֿרעגט וועלכע זאַכן אירע וויל איך ירשענען. כ‘האָב ערשט געהאַט חתונה געהאַט און געוווינט אין אַ קליינטשיקער דירה אין מאַנהעטן, האָב איך קיין סך אָרט נישט געהאַט. האָב איך גענומען דער באָבעס ניי־קישעלע וווּ עס האָבן נאָך אַלץ אַרויסגעשטעקט עטלעכע נאָדלען (איך געדענק נאָך ווי זי פֿלעג האַלטן די נאָדלען צווישן די ליפּן בשעת זי האָט פֿאַרקירצט מײַנע „דאָנגאַריס‟.) כ׳האָב אויך גענומען דאָס טואַלעט־טישל מיטן באַנק, אָבער דערווײַל האָב איך זיי איבערגעלאָזט אין מײַן עלטערנס גאַראַזש ביז איך וועל האָבן מער אָרט — אפֿשר אַפֿילו אַן אייגן הויז מחוץ דער שטאָט.

דאָס יאָר, ווען די לערערין פֿון מײַן ייִנגסטער טאָכטער האָט מיך געבעטן מאַכן לאַטקעס פֿאַרן קלאַס, האָב איך זיך געכאַפּט אַז איך האָב טאַקע נישט קיין ריבאײַזן. האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ דער מאַמען און זי האָט אויסגעזוכט דער באָבעס ריבאײַזן. „אָט האָסטו!‟ האָט זי געזאָגט. „אַ מתּנה לכּבֿוד חנוכּה.‟

בעת מײַן טאָכטער און איך האָבן די וואָך געריבן די קאַרטאָפֿל האָב איך דערפֿילט ווי די באָבע קוקט זיך צו. די באָבע האָט קיין מאָל נישט געפֿאָלגט קיין רעצעפּט, אָבער זי האָט מיך תּמיד דערמאָנט אויסצוקוועטשן די גיסיקייט פֿון די קאַרטאָפֿל. מיר האָבן געפּרעגלט די לאַטקעס אין דער וואַרעמער קיך און כ׳האָב באַשלאָסן אַז מיט דער צײַט וועל איך אַליין איבערגעבן דעם ריבאײַזן מײַן טאָכטער, אין איינעם מיטן לאַטקע־רעצעפּט, אײַנגעטונען אין ליבשאַפֿט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.