ייִדיש האָט אַ לאַנגע רשימה ווערטער פֿאַר „בית־עולם“ Yiddish has a long list of words for ‘cemetery‘
אויף לשון־קודש קען „עולם“ באַטײַטן „אייביקייט“. הייסט אַ בית־עולם דאָס אָרט, וווּ מע בלײַבט אויף אייביק.

Image by Yehuda Blum
צו הערן דעם אַרטיקל דורכן פֿאָרווערטס־פּאָדקאַסט, גיט אַ קוועטש דאָ.
צו הערן אַנדערע אַרטיקלען פֿון אונדזער פּאָדקאַסט, גיט אַ קוועטש דאָ.
נישט אַלע ווייסן אַז אויף ייִדיש איז דאָ אַ גאַנצער וואָקאַבולאַר וועגן דעם, וווּ מע לייגט ייִדן נאָכן טויט.
וואָס טוט מען טאַקע מיט אַ מת? מע באַגראָבט אים אָדער מע באַהאַלט אים, אָדער מע איז אים מקבר, אָדער מע ברענגט אים צו קבֿר־ישׂראל. „באַגראָבן“ האָט דאָך אויך אַ פֿאַרשפּרייטן מעטאַפֿאָרישן טײַטש, „רויִנירן“. אָט איז דאָ אַ ווערטערשפּיל: „שטאַרבן איז נאָך ווי ס’איז, אָבער דאָס אַרײַנלייגן אין דר’ערד, דאָס באַגראָבט אַ מענטשן!“
וועגן דעם אָרט, וווּ ס’ליגן ייִדן נאָכן טויט, איז דאָ אַ לאַנגע רשימה ווערטער, כּמעט אַלע אייפֿעמיזמען. נאָך די הונדערט יאָר ליגן ייִדן און ייִדישע טעכטער, קודם־כּל, אויף אַ בית־עולם. אויף לשון־קודש איז „עולם“, פֿאַרשטייט זיך, טײַטש „וועלט“ און אויף ייִדיש — „אַ גרופּע מענטשן“; אָבער אויף לשון־קודש האָט „עולם“ נאָך אַ טײַטש, „אייביקייט“. איז אַ בית־עולם דאָס אָרט, וווּ מע בלײַבט אויף אייביק. דאָס אייגענע איז שייך צום אַרמיש־שטאַמיקע „בית־עלמין“.
אַ פֿאַל פֿון לשון סגי־נהור, דאָס הייסט וווּ מע זאָגט איין זאַך אָבער מע מיינט דאָס פֿאַרקערטע, איז „בית־חיים“, טײַטש „דאָס הויז פֿון לעבן“. אַן אַנדער וואָרט, נישט קיין אייפֿעמיזם, איז „בית־הקבֿרות“, דאָס הייסט, דאָרטן, וווּ ס’געפֿינען זיך קבֿרים.
אָבער נישט אַלע ווערטער נעמען זיך פֿון לשון־קודש. מע זאָגט דאָך אויך „דאָס פֿעלד“, „דאָס גוטע־אָרט“, „דאָס הייליקע אָרט“, „דאָס ריינע אָרט“. אַ טשיקאַווער משל דערפֿון: איך בין אַ מאָל געפֿאָרן אין דער שטאָט גער, נישט ווײַט פֿון וואַרשע, וואָס ביזן חורבן איז זי געווען דער זיץ פֿונעם באַקאַנטן גערער רבין. אין 2007 זענען אין דער שטאָט געבליבן גאַנצע דרײַ ייִדן, האָב איך געהאַט די זכיה זיך צו באַקענען, און צו כאַפּן אַ ייִדישן שמועס, מיט צוויי. (וויפֿל מאָל אין לעבן איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן אויף ייִדיש מיט אַ ייִד, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינט נאָך אין זײַן מיזרח־אייראָפּעיִשער היימשטאָט?)
איינער פֿון זיי, וועלוול קאַרפּמאַן, האָט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער געגעבן אַן אינטערוויו דער ייִדישער ראַדיאָ־אוידיציע פֿונעם פּוילישן ראַדיאָ (צום באַדויערן, האָט מען די ראַדיאָ־אוידיציע דערנאָכדעם אָפּגעשאַפֿט). ווען די זשורנאַליסטקע האָט אים אַ פֿרעג געטאָן וועגן דעם גורל פֿונעם גערער בית־עולם, האָט ער זי איבערגעפֿרעגט: „איר מיינט ס’גוטע־אָרט?“ יעדעס מאָל, וואָס זי האָט ווײַטער געזאָגט „בית־עולם“, האָט ער געענטפֿערט „ס’גוטע־אָרט“.
אויך בײַ די אומות־העולם זענען די ווערטער דערפֿאַר אייפֿעמיזמען. דאָס פֿאַרשפּרייטסטע וואָרט אין אייראָפּע איז ס’ענגלישע cemetery, ס’פֿראַנצייזישע cimetière אד”גל, פֿון אַן אַלטגריכישן ווערב פֿאַר „ליגן/לייגן שלאָפֿן“. גאָר אַ מאָל, פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט־רעכענונג, איז ס’גריכישע וואָרט געווען טײַטש „שלאָפֿשטוב“; בײַ די קריסטן בשעתּו האָט עס באַקומען דעם מאָדערנעם טײַטש. אַ ווײַטער קרובֿ פֿון דעם וואָרט איז ס’ייִדישע „היים“, אַ פּנים, ווײַל אין דער היים שלאָפֿט מען, אָבער נישט פּונקט אַזוי ווי אויפֿן בית־עולם…
דאָס דײַטשישע Friedhof איז דער „שלום־הויף“; און Kirchhof „קלויסטערהויף“ איז מגולגל געוואָרן אינעם פּוילישן Kirkut „ייִדישער בית־עולם“!
און אַזוי ווי מאַמע־לשון האָט פּאַראַלעלע וואָקאַבולאַרן פֿאַר ייִדן און פֿאַר קריסטן איז גאָר קיין חידוש נישט, וואָס אויפֿן אָרט, וווּ ס’ליגן קריסטן זאָגט מען „צווינטער“ אָדער „צמענטער“, מסתּמא, פֿון פּוילישן cmentarz פֿונעם זעלביקן גריכישן שורש וואָס cemetery.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
