אַ ייִדיש־סוף־װאָך אין ישׂראל — דורך יאַפּאַנישע אױגןA Yiddish retreat in Israel – through Japanese eyes
אַ יאַפּאַנישע לינגוויסטקע האָט הנאה פֿונעם אָריגאַמי־קלאַס אויף ייִדיש און פֿון אירע שמועסן מיט אירע פֿרומע ייִדישע מיטוווינערינס.
סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ איז אַ יאַפּאַנישע לינגוויסטקע און אַ לערערין פֿון ייִדיש אינעם אָפּטייל פֿון אויסלענדישע לימודים אין טאָקיאָ־אוניווערסיטעט.
דעם 6טן און 7טן דעצעמבער איז אינעם דאָרף נס עמים, מערבֿ־גליל, פֿאָרגעקומען אַ ייִדיש־סוף־װאָך אָרגאַניזירט דורך „יאָ‟ [ייִדיש־אָרט פֿאַר ייִדיש און ייִדיש־ליבהאָבער], אַן אָרגאַניזאַציע אָנגעפֿירט פֿון די ייִדיש־עקספּערטן מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי.
ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דעם פֿון דער ייִדישער היסטאָריקערין צירל קוזניץ, האָב איך באַשלאָסן טאַקע צו פֿאָרן קײן ישׂראל. איך האָב סײַ־ווי געוואָלט זען דעם מצבֿ פֿון ייִדיש דאָרטן און זיצן אין אַ קלאַס פֿאַר דזשודעזמאָ (לאַדינאָ, דזשודעאָ־עספּאַניאָל) בײַ פּראָפֿ׳ דוד בוניס — דער באַוווּסטער פּראָפֿעסאָר פֿאַר דזשודעזמאָ וואָס רעדט אויך זייער אַ שיין ייִדיש. ס׳איז געווען אַ גוטע געלעגנהײט פֿאַר מיר. און דאָרטן האָב איך טאַקע געזען נסים ערבֿ חנוכּה!
פֿרײַטיק, דעם 6טן דעצעמבער, זענען 65 ייִדיש־ליבהאָבערס (דאָס איז אַליין אַ נס!) אָנגעקומען אין „האָטעל נס עמים‟. ס׳רובֿ אָנטײל־נעמערס זענען געקומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. ס׳איז נישט פּשוט צו פֿאָרן אַזוי ווײַט אויף צפֿון אָבער מענטשן זענען פֿאָרט געקומען מיט אויטאָס — זייערע אייגענע אָדער אין די אויטאָס פֿון אַנדערע אָנטייל־נעמערס. איך האָב נישט קײן שאָפֿיר־ליצענץ, האָט אַ סימפּאַטיש פּאָרפֿאָלק מיך מיטגענומען פֿון ירושלים. ייִדיש ברענגט צוזאַמען מענטשן פֿון אומעטום!
אין נס עמים בין איך געווען שטאַרק פֿאַרנומען, ווײַל די פֿאַרשיידענע אָנטײל־נעמערס האָבן מיך געפֿרעגט פֿאַר וואָס איך, אַ יאַפּאַנערין, לערן זיך און לערן אַנדערע ייִדיש און פֿאַר וואָס איך האָב ליב די שפּראַך. מיר האָבן טאַקע געהאַט אַ סך וואָס צו רעדן. עטלעכע פֿון זיי האָבן מיר דערציילט אַז זיי לערנען זיך ייִדיש סײַ מיט מרימען און סײַ מיט אליעזרן אין ירושלים אָדער תּל־אָבֿיבֿ. אַ דאַנק די צוויי לערערס זענען אַזוי פֿיל מענטשן געקומען קיין נס עמים! דערווײַל האָב איך שוין אַליין אָנגעהויבן חלומען, אַז אַפֿשר וועל איך טאָן עפּעס אַזוינס אויך אין יאַפּאַן.
פֿאַר וואָס אין נס עמים?
איין אָנטייל־נעמערין האָט מיר געזאָגט, אַז נס עמים אין צפֿון־ישׂראל איז אַ גוט אָרט פֿאַר אַ ייִדיש־אונטערנעמונג — ערשטנס, ווײַל די שטאָט האָט אַ היסטאָרישע פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש און צווייטנס, איז בעסער צו פֿאָרן ווײַט אַוועק פֿון ישׂראלדיקן לעבן אויב מע וויל רעדן בלויז ייִדיש.
לעבן דעם האָטעל געפֿינט זיך דער קיבוץ לוחמי הגטאות [קיבוץ פֿון די געטאָ־קעמפֿער (זיי האָבן געזאָגט: קיבוץ פֿאַר „ניצולי השואה‟)]. דאָרטן האָבן יאָרן לאַנג געוווינט אַ סך שארית־הפּליטה. אַ וועגווײַזערין פֿונעם קיבוץ האָט אונדז דערציילט אויף העברעיִש אַז די שארית־הפּליטה האָט גערעדט ייִדיש צווישן זיך אָבער נישט מיט זייערע קינדער. ס׳ווערט מיר שטענדיק אומעטיק אויפֿן האַרצן דאָס צו הערן. דערפֿאַר פֿאַרשטייען זייערע קינדער ייִדיש אָבער קענען נישט רעדן. וואָס האָבן די לעבן געבליבענע פֿון חורבן אָבער געקענט טאָן? עלטערן וואָס האָבן צווישן זיך גערעדט „אויסלענדישע‟ שפּראַכן האָבן געדאַרפֿט אויסבילדן זייערע קינדער צו ווערן ישׂראלים וואָס רעדן העברעיִש אָן אַן אַקצענט ווײַל דאָס איז דאָך בעסער פֿאַר די קינדער. עס איז אויך שווער צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן אין קיבוץ בכלל. אַ מאָל פֿלעגן די עלטערן און קינדער וווינען באַזונדער און זיך נישט טרעפֿן ווען זיי ווילן. דאָס איז פֿאַר מיר געווען זייער שווער צו הערן אָבער בעת די פֿרוי האָט אונדז געפֿירט איבערן קיבוץ איז די אַטמאָספֿער געווען אַ גוטע ווײַל ס׳איז געווען אַזוי וואַרעם אין דעצעמבער. איך האָב זיך געפּרוּווט פֿאָרשטעלן ווי די שארית־הפּליטה האָבן זיך אַ מאָל געפֿילט וווינענדיק אין קיבוץ.
אויפֿן ייִדיש־סוף־וואָך איז דער צײַטפּלאַן געווען אַ געפּאַקטער: װאַרשטאַטן, קולטור־שפּאַצירן, ספּאָרט, אַ שבת־טיש מיט געזאַנג בציבור, רעפֿעראַטן און צום סוף — אַ קאַבאַרעט ערשט לעצטנס אָנגעשריבן פֿון יעד בירן, וואָס איז געקומען ווי אַ גאַסטאַרטיסט. די אַקטיוויטעטן זענען דורכגעפֿירט געוואָרן סײַ פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן סײַ פֿון די אָנטייל־נעמערס.
מיר פּערזענלעך זענען ספּעציעל געפֿעלן געוואָרן די וואַרשטאַטן פֿאַר אָריגאַמי (יאַפּאַנישע פּאַפּירשניטן), טעאַטער און שעפֿערישע שרײַבן. כ׳האָב הנאה געהאַט צו שאַפֿן נײַע זאַכן מיט אַנדערע מענטשן. אָריגאַמי אויף ייִדיש איז געווען גאַנץ אַנדערש פֿון יאַפּאַנישן אָריגאַמי. אין אַ קומעדיקן ייִדיש־סוף־וואָך וויל איך מיטנעמען מײַן טאָכטער וואָס האָט אויך זייער ליב אָריגאַמי. אין די וואַרשטאַטן פֿון טעאַטער און שעפֿערישער שרײַבן האָבן מיר אויסגעטראַכט מעשׂיות און לידער אויף ייִדיש. שירי שאַפּיראַ, אַ יונגע שרײַבערין און איבערזעצערין פֿון ירושלים, האָט כּסדר געשאַפֿן עפּעס שיינס. ווען מיר האָבן געאַרבעט צוזאַמען, האָט זי גערעדט ממש פּאָעטיש, זאָגנדיק, למשל, אַז זי וויל „עסן די לבֿנה, אָבער די לבֿנה איז צו זאַפֿטיק‟.
אַ היסטאָרישער קאָנטאַקט צווישן פֿרומע ייִדיש־רעדערס און אַ יאַפּאַנערין
אויף דעם ייִדיש־סוף־װאָך זענען געװען וועלטלעכע, פֿרומע, שטאַרק פֿרומע ייִדן און גויים. איך האָב געהאַט צוויי מיטוווינערינס אין צימער. זיי זענען געקומען פֿון זייער פֿרומע משפּחות. איינע פֿון זיי האָט גערעדט אַ הײמיש ייִדיש און די אַנדערע האָט נאָך נישט גערעדט ייִדיש, אָבער געקענט אַ סך װערטער און עס אויפֿגעכאַפּט זייער גיך. אירע עלטערן זענען געקומען פֿון טוניס און איראַן אָבער זי האָט געהערט ייִדיש אין דער היים. ווי אַזוי? דער טאַטע און אירע ברידער האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין אַן אַשכּנזישער תּלמוד־תּורה און עס גערעדט צװישן זיך אין דער היים. דערפֿאַר האָט זי במשך פֿון די יאָרן געהערט אַ סך ייִדיש, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען. און דערפֿאַר האָט זי זיך תּמיד געפֿילט ווי אַ דרויסנדיקע בײַ זיך אין דער היים.
איך האָב שוין פֿריִער געהערט אַז נישט־אַשכּנזישע ייִדן לערנען זיך אין אַן אַשכּנזישער שול אויף ייִדיש אָבער דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל וואָס איך הער וועגן דעם פֿון אַ פֿרוי וואָס האָט געלעבט מיט דעם יעדן טאָג. מיר האָבן אױך אַרומגערעדט דאָס לעבן פֿון פֿרויען בכלל אין אונדזערע געזעלשאַפֿטן און מיר האָבן געפֿונען אַ סך ענלעכקייטן אין ביידע קולטורן ווי, למשל, די הײַנטיקע געפֿילן פֿון פֿרויען וועגן חתונה האָבן און אונדזער אינטערעס צו ייִדיש. (מיר אַלע ווילן זיך לערנען ייִדיש ווײַטער.)
מיר האָבן גערעדט אויף דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש און ענגליש. אָבער דער עיקר איז געווען העברעיִש ווײַל איינע פֿון מײַנע מיטוווינערינס האָט נישט געקענט ייִדיש. מיר האָבן אַלע אָבער מסכּים געווען אַז ייִדיש איז אונדז זייער וויכיטיק ווײַל אָן דעם וואָלטן מיר זיך מסתּמא קיין מאָל נישט געטראָפֿן אָדער גערעדט װעגן פֿאַרשיידענע זאַכן אַזוי טיף און אינטים.
דער ייִדיש־סוף־װאָך: גוט לאָקאַליזירט
ייִדיש איז געװען די ערשטע שפּראַך אין דער טרעפֿונג אָבער מע האָט אויך געפֿרעגט אָדער גערעדט אין אַנדערע שפּראַכן. עס האָט נישט געהערשט קיין שטרענגע שפּראַך־פּאָליטיק. אונדזער צװייטע שפּראַך איז געװען העברעיִש און די דריטע — ענגליש. מען האָט געקענט מאַכן טעותן אָן מורא. עס האָט געהערשט אַ פֿרײַע אַטמאָספֿער, וואָס האָט סטימולירט די באַטייליקטע צו רעדן ייִדיש. ווי אַ פֿאָרשערין װאָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש־לערן־אַקטיװיטעטן, מיין איך אַז דאָס דאָזיקע געמיט דערמעגלעכט מענטשן זיך צו פֿילן מער באַקװעם און זיכער צו רעדן אויף ייִדיש. אַװדאי איז זייער שיין און עפֿעקטיװ, אױב מע רעדט „נאָר אין ייִדיש‟ אין אַ לערן־אַקטיװיטעט (איך האָב עס שטאַרק ליב). אָבער עס איז אױך שיין צו הערן ייִדיש מיט העברעיִש, באַזונדערש אין ישׂראל װוּ ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך צװישן װעלטלעכע ייִדן איז לאַנג געװען אין סכּנה צוליב העברעיִש. במשך פֿון די צװיי טעג האָב איך געהערט ביידע שפּראַכן און דערפֿילט, אַז זיי האָבן, סוף־כּל־סוף, שלום געמאַכט.
די ייִדיש־לערן־אַקטיוויטעט איז געװען גוט לאָקאַליזירט. װי אַ יאַפּאַנערין װאָס לערנט ייִדיש אין טאָקיאָ, האָב איך זיך דערוווּסט אָט וואָס: דאָס לאָקאַליזירן ייִדיש־לערן־אַקטיװיטעטן און פֿאַרברייטערן דעם צוטריט צו זיי, איז װיכטיק פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך און פֿאַר מיר בפֿרט. אַחוץ דעם איז אַ צוויי־טאָגיקע טרעפֿונג געווען פּונקט גוט פֿאַר די מענטשן וואָס מוזן אַרבעטן אָדער שטודירן.
אַ סך מענטשן אין ישׂראל זאָגן אַז ייִדיש איז כּמעט אויסגעשטאָרבן, אַז „ס׳איז צו שפּעט‟ אָבער איך האַלט אַז אויב מע וועט ווײַטער שאַפֿן אַזוינע גוטע געלעגענהײט צו רעדן און הערן ייִדיש טאָג־טעגלעך, וועט עס ווײַטער לעבן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO