מעסיקע חרדים שטעלן זיך אַנטקעגן דעם „אָפּמעקן‟ בילדער פֿון פֿרויעןModerate Haredis challenge extremist war against female images
אין די 1950ער האָט אַ חרדישע צײַטונג אָפֿט געדרוקט בילדער סײַ פֿון רביצינס סײַ פֿון מיידלעך וואָס שפּילן זיך אין די גאַסן פֿון ירושלים.
נאָך דעם ווי די חרדישע צײַטשריפֿט „די צײַטונג‟ האָט אין 2011, בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם „ווײַסן הויז‟, אָפּגעמעקט דאָס פּנים פֿון דער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן האָט דער רעדאַקטאָר פֿון „די צײַטונג‟ פֿאַרטיידיקט זײַן שריט, טענהנדיק: „צוליב אונדזער רעליגיעזן גלויבן פּובליקירן מיר נישט קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרויען.‟
דעם רעדאַקטאָרס באַניץ פֿונעם וואָרט „מיר‟ האָט אַרויסגערופֿן אַ שטורעם פֿון קריטיק מצד די געוויינטלעכע קוואַלן — סעקולערע, ליבעראַלע, לינק־געשטימטע קולות, וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען דעם טערמין „רעליגיעזער גלויבן‟ ווי סתּם אַ מיינונג פֿון אַ קליינער גרופּע מענטשן, און נישט קיין בפֿירושע הלכה.
די פּראָטעסטן זענען אָבער אויך געקומען פֿון אַן אומגעריכטן קוואַל: פֿון די חרדישע קרײַזן אַליין. בײַ אַ צאָל שרײַבער, רעדאַקטאָרן און פֿילמאָגראַפֿן אין דער חסידישער און ישיבֿישער וועלט, האָט דער באַשלוס אָפּצומעקן די בילדער פֿון פֿרויען אין זשורנאַלן און צײַטונגען אָנגעצינדן אַן אינערלעך מחלוקת — און טאַקע צוליב די זעלבע סיבות וואָס די ליבעראַלע קעגנער האָבן געניצט.
„ווי ווײַט איך ווייס איז נישטאָ קיין שום הלכה וואָס פֿאַרווערט דאָס פּובליקירן בילדער פֿון פֿרויען,‟ האָט הרבֿ שמואל חיים פּאַפּענהײַם, אַ געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון אַ חרדישער צײַטונג געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס. „במשך פֿון דער געשיכטע האָט די פֿרומע מעדיאַ נישט תּמיד געפֿאָלגט אַזאַ עקסטרעמען צוגאַנג,‟ האָט ער געזאָגט.
אַחוץ זײַן געוועזענער אַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר איז פּאַפּענהײַם אויך אַ דערציִונג־אַקטיוויסט וואָס רופֿט אַרײַנצונעמען סעקולערע לימודים אינעם קוריקולום פֿון די חרדישע ישיבֿות.
בעת אַ ווידעאָ־אינטערוויו מיטן זשורנאַליסט עקיבֿא ווײַנגאַרטען, באַמערקט פּאַפּענהײַם אַז די פֿרומע צײַטונג „דאָס אידישע ליכט‟ האָט אין די 1950ער יאָרן אָפֿט אָפּגעדרוקט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרויען, אַ סך פֿון זיי — רביצינס — און מיידלעך וואָס שפּילן זיך אין די גאַסן פֿון ירושלים. „די פֿראַגע איז, ווער האָט באַשלאָסן אַז עס פּאַסט נישט אָפּצודרוקן בילדער פֿון פֿרויען אין פּאָפּולערע ייִדישע צײַטונגען?‟ פֿרעגט פּאַפּענהײַם.
דער ענין איז בײַ אים נישט בלויז אַ טעאָרעטישער. ווען ער איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער חרדישער צײַטונג „העדה‟, האָט מען אים קריטיקירט נאָך דעם ווי ער האָט געפּרוּווט צוציִען מער אַבאָנענענטן דורכן פּובליקירן פֿאַרקנסונג־אַנאָנסן.
„נאָך עטלעכע חדשים האָט עמעצער מיר געשושקעט אין אויער אַז ס׳פּאַסט נישט אָפּצודרוקן די נעמען פֿון מיידלעך,‟ האָט פּאַפּענהײַם געזאָגט ווײַנגאַרטען. „דערנאָך האָט מען מיך גערופֿן צו אַ בית־דין פֿון אַ גדול צדיק וועלכער האָט מיר געזאָגט: ׳מע קען דאָס נישט טאָן.׳ האָב איך געפֿרעגט: ׳וואָס איז אָבער שלעכט וועגן דעם?׳ איך האָב זיך געפּרוּווט אויסטענהן מיט אים אָבער ער איז דאָך דער פּוסק.‟
פּאַפּענהײַם האָט געפּרוּווט אַרומגיין דעם פּסק דורכן רעדן מיט רבנים פֿון זײַנע אייגענע קרײַזן. „זיי האָבן מיר אַלע געזאָגט אַז אויב אַ גדול אַ צדיק האָט אַזוי געפּסקנט מוז איך פֿאָלגן,‟ האָט פּאַפּענהײַם געזאָגט. אַנשטאָט נאָכצוגיין אַזאַ עקסטרעמע געזעלשאַפֿטלעכע שיטה וואָס ער האַלט איז אין גאַנצן אומבאַגרינדעט האָט ער באַשלאָסן אין גאַנצן אָפּצושאַפֿן די פֿאַרקנסונג־אַנאָנסן.
פּאַפּענהײַם האָט געזאָגט דעם פֿאָרווערטס אַז דאָס אָפּמעקן פֿרויען אין חרדישע פּובליקאַציעס שטאַמט פֿונעם וועלטבאַנעם בײַ די גערער חסידים. „די גערער האָבן פֿאַרוואַנדלט אַ נאָרמאַלן אויסדרוק פֿון מענטשלעכע געפֿילן — דאָס אויסדריקן ליבע צווישן מענער און פֿרויען — אין אַ זינדיקער זאַך,‟ האָט ער צוגעגעבן.
דאָס שילדערן אַ רעאַליטעט וואָס עקסיסטירט נישט
דאָס אָפּמעקן בילדער פֿון פֿרויען האָט אויך דערפֿירט צו אַבסורדע רעזולטאַטן פֿאַר קינסטלער, האָט דערקלערט דניאל פֿינקעלמאַן, אַ ליובאַוויטשער חסיד און ניו־יאָרקער פֿילמאָגראַף. אויב אַ פֿילם נעמט נישט אַרײַן קיין פֿרויען־ראָלעס — זאָגט ער — באַגרענעצט עס שטאַרק דעם סאָרט מעשׂיות וואָס מע קען דערציילן.
„אין מײַן פֿילם־ און ווידעאָ־אַרבעט, באַקעמף איך כּסדר דעם סעקסיזם וואָס באַרעכטיקט דאָס אָפּמעקן די פּנימער פֿון פֿיר־יאָריקע מיידלעך און דאָס באַטראַכטן פֿרויען בלויז ווי ׳פֿאַרווערטע פֿרוכטן׳,‟ זאָגט פֿינקעלמאַן, וואָס האָט פּראָדוצירט דעם פֿילם „מנשה‟ (2017), אַ משפּחה־דראַמע וואָס קומט פֿאָר אין באָראָ־פּאַרק. „איך וויל בשום־אופֿן נישט אַז מײַנע ווערק זאָלן שפּילן אַ ראָלע אין די וואַקסנדיקע פּראָבלעמען בײַ חרדישע מענער און פֿרויען אויסצודריקן אינטימקייט און סעקסועלע באַדערפֿענישן.‟
סעקולערע צײַטשריפֿטן האָבן נישט־וויסנדיק אַליין צעבלאָזן דעם פֿײַער צווישן די מעסיקע און עקסטרעמיסטישע חרדים. אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „מעריבֿ‟, למשל, איז געשטאַנען אַז אין פֿינקעלמאַנס אַ מוזיק־ווידעאָ מיטן אַמעריקאַנער חסידישן זינגער ליפּא שמעלצער, „גלייב אין ניסים‟,, טאַנצט ר׳ ליפּא מיט פֿרויען. „אין דער אמתן פּרעגלען די פֿרויען לאַטקעס,‟ האָט פֿינקעלמאַן געזאָגט.
„ווי אַזוי זענען מיר דערגאַנגען אַזוי ווײַט אַז אַ סעקולערע צײַטונג מיינט איצט אַז אַלע חסידים פּרוּוון מקיים זײַן די אַנטי־פֿרוייִשע דיסטאָפּיע פֿון מאַרגאַרעט אַטוווּדס The Handmaid’s Tale?‟ האָט ער צוגעגעבן.
פֿינקעלמאַן זאָגט אַז ער זאָגט זיך אָפּ פֿון אַרבעטן מיט חרדישע קינסטלער וואָס ווילן מאַכן אַ ווידעאָ וווּ מענער שפּילן אַלע ראָלעס. „איך וויל נישט שילדערן אַ רעאַליטעט וואָס עקסיסטירט בכלל נישט,‟ האָט ער געזאָגט.
דאָס אָפּמעקן בילדער פֿון פֿרויען איז פֿאַרבונדן מיט העכערע פּראָפֿיטן
איין אַספּעקט פֿון דעם מחלוקת וואָס איז ספּעציעל איבערראַשנדיק איז אַז בײַ ס׳רובֿ חרדישע זשורנאַלן זענען די רעדאַקטאָרן אַליין פֿרויען. אפֿשר דערפֿאַר זענען פֿרומע פֿרויען צווישן די שטאַרקסטע קעגנער פֿון דער „אָפּמעק־פּאָליטיק‟. איינע פֿון זיי איז שושנה קיטס יאַסקאָל, אַ בלאָגערין בײַ דער Times Of Israel און די גרינדערין פֿון „חכמת נשים‟ — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע וואָס שטעלט זיך אײַן פֿאַרן פּובליקירן בילדער פֿון פֿרויען אין צײַטשריפֿטן און אויף עפֿנטלעכע ערטער.
„ווער עס זאָגט אײַך אַז דאָס איז אַ הלכישער ענין זאָגט אַ ליגן,‟ האָט קיטס יאַסקאָל דערקלערט. „מע מעקט אָפּ די בילדער פֿון פֿרויען בלויז צוליב געשעפֿטן. אין בית־שמש למשל, וווּ איך וווין, סטראַשען די עקסטרעמיסטן יעדן איינעם וואָס פּובליקירט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרויען, בפֿרט בײַ די רעקלאַמע־בלעטער פֿון די מאָדערן־פֿרומע אָרגאַניזאַציעס. די מעסיקע פֿרומע האָבן מורא פֿאַר די עקסטרעמיסטן, גיבן זיי זיי נאָך. ווען עטלעכע לאָקאַלע מענטשן האָבן למשל געגרינדעט אַ זשורנאַל וואָס ווײַזט צניעותדיק באַקליידטע פֿרויען — האָבן די עקסטרעמיסטן ממש אַטאַקירט די צושטעלער.‟
קיטס יאַסקאָל זאָגט אַז זי זעט גאָרנישט הייליקס וועגן דעם אָפּמעקן די פּנים פֿון פֿרויען. „די עקסטרעמיסטן באַשולדיקן אונדז אין האָבן גויִישע ׳פֿעמיניסטישע׳ מיינונגען,‟ האָט זי געזאָגט. „פֿאַרקערט, דווקא זיי האָבן אָנגענומען די קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿיע וואָס פֿאַרבינדט פֿרויען מיט סעקס און עבֿירות. אַז מע לערנט די תּורה זעט מען אַז חז״ל האָבן תּמיד אָנגענומען דעם מיטלוועג. די מאַכט ליגט הײַנט אָבער נישט מיט שׂכלדיקע רבנים, נאָר דווקא מיט באַנדעס עקסטרעמיסטן.‟
פֿרויען פֿאַרבאָטן!
דער פּרטימדיקסטער אַנאַליז פֿון אָט דעם מחלוקת קען מען זען בײַם „וועקער‟, דעם ייִדיש־שפּראַכיקן חסידישן זשורנאַל וואָס שטאָלצירט מיט דעם וואָס ער דעקט „קאָנטראָווערסאַלע טעמעס‟. דער מאַרץ־אַפּריל 2019 נומער איז געווען געווידמעט אַ סעריע אַרטיקלען אונטערן קאָפּ, „פֿרויען פֿאַרבאָטן!‟ די רעדאַקציע קריטיקירט „די צײַטונג‟ פֿאַר האָבן אָנגענומען אַן עקסטרעמיסטישע שיטה וואָס האָט גורם געווען דעם באַשלוס אין 2018 בײַ „משפּחה‟, אַ חרדישע וואָכנשריפֿט, צו פֿאַרווישן די פּנימער פֿון פֿרויען אַפֿילו אין אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אוישוויץ.
„עס טוט וויי צו זאָגן, אַבער דער מינהג וואָס די רעדאַקציע פֿון ׳המודיע׳ באַטראַכט ווי עפּעס וואָס כאַראַקטעריזיריט ייִדן שומרי תּורה ומצוות, איז עפּעס וואָס האָט נישט עקסיסטירט ביז ממש לעצטנס,‟ איז געשטאַנען אין „וועקער‟. „גדולי הדור האָט קיין מאָל נישט אַוועקגעשטעלט אַזעלכע כּללים, ווי דער ישׂראלישער [זשורנאַל] ׳משפּחה׳ האָט אונדז געוואָלט אײַנרעדן, און דער פֿאַקט איז אַז עס איז קיין מאָל נישט געווען קיין איסור אויף דרוקן בילדער פֿון פֿרויען — דאָס איז אַן אײַנפֿיר וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אין די לעצטע צענדליקער יאָרן און נאָר לעצטנס האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן ווי כּאילו דאָס איז עפּעס אַ פּרינציפּ וואָס חרדישע ייִדן האָבן אייביק געהאַלטן.‟
קיטס יאַסקאָל טענהט אַז דאָס אָפּמעקן בילדער פֿון פֿרויען ווירקט נישט בלויז אויף דעם ווי אַזוי מענטשן קוקן אויף געשעענישן אין דער געשיכטע, נאָר אויך אויפֿן געזונט און וווילזײַן פֿון הײַנטיקע חרדישע פֿרויען.
„איך זאָרג זיך וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן אָפּמעקן בילדער פֿון פֿרויען און דעם פֿאַרווערן פֿרויען צו רעדן וועגן זייער אייגענעם גוף,‟ האָט זי געזאָגט. „מע לערנט זיי אַפֿילו נישט אויס די טערמינען פֿאַר אַלע אבֿרים. ווי אַזוי וועט מען זיי דען קענען באַזאָרגן מיט אַ גוטער געזונט־באַדינונג?”
פֿינקעלמאַן האַלט אַז דער עקסטרעמיסטישער גאַנג וועט נישט קענען קיין סך לענגער אָנהאַלטן זײַן כּוח אויף דער רעליגיעזער קולטור.
„די ייִנגערע ייִדן, בפֿרט די געשעפֿטסלײַט, ניצן די אינטערנעץ,‟ האָט פֿינקעלמאַן דערקלערט. „זיי קריגן איצט אינפֿאָרמאַציע פֿון פֿאַרשידענע קוואַלן. ווי דער רמב״ם זאָגט: כּי מלאה הארץ דעה את ה׳ — ווען עס וועט קומען די צײַט וועט דאָס וויסן זיך ווײַט פֿאַרשפּרייטן. איך בין אָפּטימיסטיש, אַז די אַרבעט וואָס איך און אַנדערע טוען וועלן מיט דער צײַט איבערקערן די עקסטרעמיסטישע שיטה.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO