ווי חכמים אין מיטל־עלטער האָבן פֿאַרשטאַנען משיחס צײַטןHow medieval rabbis understood the Messianic Age
דבֿ שוואַרצעס בוך אַנאַליזירט די שפּאַנונג צווישן נאַטוראַליסטישע און אַפּאָקאַליפּטישע צוגאַנגען צו גאולה און עולם־הבא
ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדן אין אַמעריקע (אַחוץ די חסידים) ווײַזן ניט אַרויס קײן סך אינטערעס אין די ענינים פֿון משיח, עולם־הבא און אַחרית־הימים. אין די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע טאָגשולן לערנט מען, אַז דאָס זײַנען ניט קײן װיכטיקע ייִדישע באַגריפֿן, זײ זײַנען מער חשובֿ צו קריסטנטום און איסלאַם. אַ סך עװאַנגעלישע קריסטן גלייבן טאַקע, אַז די װעלט וועט קומען צום אַפּאָקאַליפּטישן סוף לױט דעם ביבלישן סצענאַר. דערפֿאַר שטיצן זײ מדינת־ישׂראל, װאָס זאָל צונױפֿזאַמלען אַלע ייִדן ערבֿ דעם קומעדיקן סוף פֿון דער װעלט.
להיפּוך צו די הײַנטיקע ייִדישע דענקער זײַנען די רבנים און חכמים אין די אַלטע צײַטן געװען טיף פֿאַרטאָן אין חקירות װעגן עולם-הבא. זײערע געדאַנקען ווערן סיסטעמאַטיש דערקלערט אינעם בוך פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאָרשער דובֿ שװאַרץ, „משיחיזם אינעם ייִדישן געדאַנק פֿון מיטל־אַלטער‟, װאָס איז פֿאַר אַ יאָרן אַרױס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג.
שװאַרץ טײלט אױס צװײ פֿאַרשידענע הױפּטשטראָמען אינעם ייִדישן געדאַנק װעגן דעם מהות און ראָלע פֿון משיח. ער רופֿט זײ אַן אַפּאָקאַליפּטישן און אַ נאַטוראַליסטישן. די ערשטע שיטה האַלט, אַז משיחס קומען װעט גורם זײַן דעם סוף פֿון דער גאַנצער װעלט. נאָך תּחית־המתים װעט עולם־הבא זײַן לגמרי אַנדערש פֿון אונדזער איצטיקער װעלט. די נאַטוראַליסטישע שיטה באַטאָנט דעם גורל פֿון אַ יחיד און זײַן נשמה. יעדער אײנער װעט אויפֿשטיין תּחית־המתים אָפּהענגיק פֿון זײַנע אײגענע מעשׂים־טובֿים און עבֿרות.
די מקורים פֿון דער אַפּאָקאַליפּטישער שיטה זײַנען מדרשים פֿון דער תּקופֿה פֿון די מכּבייער, װאָס באַהאַנדלען דעם ענין פֿון גאולה פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון תּנ”כישע נבֿיאים. דער ערשטער ייִדישער פֿילאָסאָפֿישער דענקער, װאָס האָט סיסטעמאַטיש געשריבן וועגן די דאָזיקע אידעען, איז געװען ר׳ סעדיה גאון (882 – 942). ער האָט געװידמעט דער דאָזיקער פּראָבלעם אַ גאַנץ דריטל פֿון זײַן „ספֿר האמונות והדעות‟. דערין האָט ער באַטאָנט, אַז מען דאַרף אױסטײַטשן אַלע תּנ”כישע נבֿואות בוכשטעבלעך, לױט זײער פּשט, און ניט אַלעגאָריש, װי אַנדערע טײלן פֿונעם תּנ”ך. משיח װעט קומען מיט גרױסע נסים און נפֿלאות, און עולם־הבא װעט זײַן לגמרי אַנדערש פֿון אונדזער װעלט. ר׳ סעדיהס געדאַנקען־גאַנג האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף די ווײַטערדיקע דורות פֿון גאונים און חכמים ביזן 12טן יאָרהונדערט.
דער נאַטוראַליסטישער שטראָם באַזירט זיך אױפֿן גלױבן אינעם פּאַמעלעכן פּראָגרעס פֿון דער גאַנצער מענטשהײט, אין װעלכן דאָס ייִדישע פֿאָלק שפּילט אַ ספּעציעלע ראָלע. די ערשטע סימנים פֿונעם דאָזיקן שטאַנדפּונקט באַװײַזן זיך אינעם אַראַביש־שפּראַכיקן חיבור „דער גאָרטן פֿון חכמה‟ פֿונעם תּימנער חכם ר’ נתנאל בירבֿ פֿיומי (12טן י”ה). ער האָט געטענהט, אַז די װעלט קען זיך ניט בײַטן אין גאַנצן, װײַל די תּורה מוז בלײַבן די אײגענע אַפֿילו אינעם עולם־הבא, און דער משיח אַלײן װעט זײַן אַ מין נבֿיא, אָבער אַ סך שטאַרקער.
ר’ יהודה הלוי (11טן – 12טן י”ה) האָט געפּרוּװט צונױפֿצוברענגען בײדע שיטות. ער האָט געהאַלטן, אַז ארץ־ישׂראל און עם־ישׂראל פֿאַרנעמען אַ ספּעציעלן אָרט אינעם געטלעכן פּלאַן פֿאַר משיחס צײַטן. זײ װעלן בלײַבן אַפֿילו װען די גאַנצע װעלט װעט זיך ענדערן, און גאַנץ עם־ישׂראל װעט זיך פֿאַרזאַמלען אין ארץ ישׂראל. דערבײַ אָבער טראָגט יעדער ייִד אַן אײגענעם אחריות פֿאַרן דאָזיקן פּראָצעס, װאָס באַשטײט פֿון אָפּהיטן די מצװת. לױט יהודה הלוי, באַטײליקן זיך בלױז די ייִדן אַקטיװ אין רעאַליזירן אחרית־הימים, בעת די אומות־העולם זײַנען ניט מער װי אַ פּאַסיװ שפּילעכל.
גאַנץ אַנדערש האָט באַטראַכט דעם ענין ר’ משה בן מימון, דער רמב”ם, (1135 אָדער 1137 – 1204). פֿאַר אים, טענהט שװאַרץ, איז דער עיקר געװען די פּערזענלעכע גאולה, װאָס איז פֿאַרבונדן מיט דער אינטעלעקטועלער אַנטװיקלונג פֿון אַ יחיד. דער באַגריף פֿון משיח שפּילט דערבײַ אַ זײַטיקע ראָלע. דאָס איז אַ מעטאַפֿאָרישע פֿיגור, אַ מוסטער װאָס זאָל דערמוטיקן עמך צו לערנען כּדי צו דערגרײכן די מדרגה פֿון עולם־הבא. מען קען משׂיג זײַן עולם־הבא פֿאַר זיך אַלײן דורך דער אינטעלעקטועלער מי, ניט װאַרטנדיק אױף אַחרית־הימים. דאָס דאָזיקע לערנען נעמט אַרײַן סײַ תּורה, סײַ די װעלטלעכע חכמות װי לאָגיק און מאַטעמאַטיק. אָבער די הויכע מדרגה וואָס ער דערמאָנט האָט אַ שײַכות בלױז מיט דער נשמה און דעם שׂכל, ניט מיטן גוף. אַזױ אַרום איז די גאולה אַן אינערלעכער אַנטװיקלונג־פּראָצעס פֿאַר אַ יחיד, ניט פֿאַרן כּלל, און האָט גאָר ניט צו טאָן מיטן צעשטערן די אַלטע װעלט און שאַפֿן אַ נײַע.
דעם רמב”מס ראַדיקאַלע השׂגות האָבן נאָך זײַן טױט גורם געװען הײסע װיכּוחים צװישן די חכמים. אײניקע, אַזעלכע װי ר’ מאיר הלוי אַבולעפֿיה (הרמ”ה, 1170 – 1244), האָבן באַשולדיקט דעם רמב”ם אין אָפּלײקענען די קאָלעקטיװע גאולה פֿונעם גאַנצן עם ישׂראל, בעת אַנדערע, ווי די אָנהענגער פֿון דער ראַציאָנאַליסטישער שיטה פֿון ר’ שמואל בן יהודה אבן תּיבון (1160 – 1232), דער איבערזעצער פֿון רמב”מס „מורה נבֿוכים‟ פֿון אַראַביש אױף לשון־קודש, האָבן געטענהט, אַז מען דאַרף אױסטײַטשן אַזעלכע באַגריפֿן װי ימי־המשיח, עולם־הבא און תּחית־המתים אַלעגאָריש, װײַל זײ האָבן צו טאָן מיט דער װעלט פֿון שׂכל, ניט מיט דער װעלט פֿון גשמיות.
דער ראַציאָנאַליסטישער צוגאַנג, װאָס האָט באַטאָנט דעם יחידישן אַספּעקט פֿון גאולה, האָט געהערשט אינעם ייִדישן געדאַנק אין מיטל־עלטער ביזן סוף פֿופֿצנטן יאָרהונדערט. אָבער די טראַגעדיע פֿון גירוש שפּאַניע אין 1492 האָט געענדערט די ריכטונג פֿונעם ייִדישן פֿילאָסאָפֿישן געדאַנקען־גאַנג. איצט איז דער גורל פֿון כּלל־ישׂראל, און ניט פֿון אַ יחיד, געװאָרן דער הויפּט־ענין פֿון פֿילאָסאָפֿישע חקירות. מען האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין דער קבלה כּדי צו געפֿינען ענטפֿערס אױף די קריטישע שאלות פֿונעם ייִדישן קיום. שװאַרצעס בוך איז גאַנץ ניצלעך ניט נאָר פֿאַר די, װאָס אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן געדאַנק. די טעמע פֿון אחרית־הימים פֿאַרבלײַבט אַקטועל פֿאַר פֿאַרשידענע רעליגיעס, װאָס באַװירקן פּאָליטישע אַקטיװיטעטן סײַ אין אַמעריקע סײַ אין דעם מיטל־מיזרח.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO