Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּראָפֿ’ קרן אלקלעי־גוט און ד׳׳ר אַבֿיבֿה טל באַקומען „רובינליכט־פּריז‟Rubenlicht Prize awarded to Dr. Keren Alkalai-Gut and Dr. Aviva Tal

אין זײַנע מאָטיוון האָט דער זשורי געלויבט זייערע פֿאָרשונגען און קונסטפּראָיעקטן וואָס שאַפֿן בריקן צווישן דער ייִדישער און ישׂראלדיקער ליטעראַטור.

יעדעס יאָר, חנוכּה־צײַט, טיילט דער „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל — בית לייוויק‟ צו אַ פּריז אויפֿן נאָמען פֿונעם פּאָעט לייב רובינליכט, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד די, וואָס האָבן אַ סך בײַגעטראָגן צו דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל.

דעם 25סטן דעצעמבער האָט מען בעת אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אין „בית־לייוויק‟ צוגעטיילט די פּרעמיעס פֿאַרן יאָר 2019 דער פּאָעטעסע און ליטעראַטור־פֿאָרשערין פּראָפֿ’ קרן אלקלעי־גוט און דער פּראָפֿעסאָרין און ליטעראַטור־פֿאָרשערין ד׳׳ר אַבֿיבֿה טל. אויף דער צערעמאָניע האָט די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים באַגריסט די לאַורעאַטן, וואָס האָבן אויך געהאַלטן רעפֿעראַטן. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט די זינגערין אירענאַ שטשערבין געזונגען אַ קראַנץ לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און דרײַ לידער פֿון מרדכי געבירטיג אין נײַע אַראַנזשירונגען פֿון דניאל גלאי.

קרן אלקלעי־גוט, דניאל גלאי און רוני כּהן בעת דער צוטיילונג־צערעמאָניע Image by Bella Bryks Klein

דער זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿון רבֿקה־באַסמאַן בן־חיים, דניאל גלאי און רוני כּהן, האָט דערקלערט אין זײַנע מאָטיוון, אַז פּראָפֿ’ קרן אלקלעי־גוט „איז אַן אייגנאַרטיקע אַקטיווע געשטאַלט אין דער וועלט פֿון דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור‟. דער זשורי האָט ווײַטער דערקלערט, אַז זי שאַפֿט אוניקאַלע בריקן צווישן דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט און דער ישׂראלדיקער און ייִדישער פּאָעזיע דורך אירע איבערזעצונגען, פֿאָרשונגען, מוזיקאַלישע פּראָיעקטן און איר אייגענער פּאָעזיע אויף ייִדיש, העברעיִש און ענגליש.

דער זשורי האָט אויך באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון אלקלעי־גוטס ייִדיש־העברעיִשער זאַמלונג פּאָעזיע „ירושה‟, וואָס איז אַרויס אין 2018 דורכן פֿאַרלאַג בײַם „בית־לייוויק‟. דאָס ביכל איז, דרך־אַגבֿ, דאָס ערשטע מאָל וואָס פּראָפֿעסאָר אלקלעי־גוט האָט אַרויסגעגעבן לידער אויף ייִדיש זינט זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ליד אינעם פֿאָרווערטס צו 11 יאָר.

רוני כּהן, דניאל גלאי און אַבֿיבֿה טל בעת דער צוטיילונג־צערעמאָניע Image by Bella Bryks Klein

דער זשורי האָט באַצייכנט ד׳׳ר אַבֿיבֿה טל ווי „אַ בולטע געשטאַלט אין דער ייִדיש־ישׂראלדיקער וועלט‟, וועמענס בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל „קומט צום אויסדרוק סײַ אין איר אַקאַדעמישער טעטיקייט, סײַ אין איר פֿאַרצווײַגטער קולטור־טעטיקייט‟. דער זשורי האָט באַטאָנט די הויפּטראָלע וואָס אַבֿיבֿה טל שפּילט בײַם באַקענען דעם העברעיִשן לייענער מיט די ווערק פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פּאָעטעסעס ווי אַנאַ מאַרגאָלין און מלכּה חפֿץ־טוזמאַן, ווי אויך בײַם פֿאָרשן די ראָלע פֿון ארץ־ישׂראל אין דער ייִדישער פּאָעזיע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version