ווידעאָ: בענדזשי פֿאָקס־ראָזען זינגט בערדיטשעווערס קלאָגליד, „דוינע‟WATCH: Benjy Fox-Rosen performs Bardichever’s lament, “Doina”
דער אויפֿטריט ברענגט אַרויס די עכטע קלאַנגען פֿון דער בעסעראַבער ייִדישער מוזיק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווען בענדזשי פֿאָקס־ראָזען האָט פֿאַרלאָזט ניו־יאָרק און זיך באַזעצט אין ווין מיט אַ פֿיר־פֿינף יאָר צוריק, האָט די ניו־יאָרקער קלעזמער־סבֿיבֿה פֿאַרלוירן איינער פֿון זײַנע נאָוואַטאָרישסטע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן. צום גליק קען מען, אַ דאַנק „יוטוב‟, געניסן פֿון זײַנע אויפֿטריטן אין ווין.
דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געשריבן וועגן בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, איז עס געווען אין שײַכות מיט זײַן אויסגעצייכנטן אַלבאָם „צוויי וועלטן‟, דורך וועלכן ער נעמט 12 ווייניק באַקאַנטע לידער פֿון מרדכי געבירטיג און שטעלט זיי פֿאָר ווי אַ „קאָנצעפּט־אַלבאָם‟ נוסח דער ראָקגרופּע „פּינק־פֿלויד‟ — דאָס הייסט, כּדי צו פֿאַרשטיין איין ליד פֿונעם אַלבאָם, דאַרף מען באַטראַכטן דעם אַלבאָם ווי אַ גאַנצקייט. כאָטש די לידער אַנטפּלעקן ראָזענס פֿעיִקייטן מיט דזשעז, ראָק, און דער אַוואַנגאַרדישער אימפּראָוואַציע־מוזיק, איז ער אויך שטאַרק באַהאַוונט, קודם, אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק פֿון מיזרח־אייראָפּע.
אין נאָוועמבער איז פֿאָקס־ראָזען אויפֿגעטראָטן אין ווין צוזאַמען מיט דער „הודאַקי־דאָרף־קאַפּעליע‟ אויף אַן אָרטיקן קלעזמער־פֿעסטיוואַל, וווּ ער האָט פּרעכטיק געזונגען זעליק בערדיטשעווערס „דוינע‟ מיט אַן עכטן בעסעראַבער טעם. בערדיטשעווער (1903־1937), אַ פּאָפּולערער קאָמפּאָזיטאָר און זינגער וואָס האָט געהאַט אַ קורץ טראַגיש לעבן, האָט מחבר געווען אַ ריי פֿאָלקסטימלעכע לידער, אַרײַנגערעכנט זײַן טרויעריק ליד „דוינע‟, וואָס שפּיגלט אָפּ די שוועריקייטן און אומעט וואָס אַ סך ייִדן האָבן דורכגעמאַכט אין בעסעראַביע בעת די 1930ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע צרות האָבן גורם געווען אַ טיפֿן הונגער און נויט בײַ ייִדן.
עס באַגלייט אים אויפֿן צימבל וואָלאָדימיר קאָראָלענקאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

