װי סאָציאַליסטישע ציוניסטן האָבן געזוכט אַן אָרט אין דער סאָװעטישער סיסטעםHow Socialist Zionists tried to fit into the new Soviet system
דער הױפּטקעגנער פֿון די ציוניסטן איז ניט געווען די ניט־ייִדישע באָלשעװיסטישע פֿירערשאַפֿט, נאָר דווקא די „ייִדישע סעקציע‟.
ביז לעצטנס האָבן די היסטאָריקער באַטראַכט די געשיכטע פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג אין סאָװעטן־פֿאַבאַנד װי אַ געשיכטע פֿון רדיפֿות. אָבער קנאַפּע צװײ טױזנט זײַטן אין די צװײ װאָגיקע בענד פֿון אַרכיװאַלע דאָקומענטן גיבן איבער אַ מער פֿילזײַטיק און געשפּאַנט בילד פֿון די באַציִונגען צװישן די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס און דער סאָװעטישער מאַכט בעת די ערשטע צען יאָר נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע.
צום גרעסטן טייל שטאַמען די דאָזיקע דאָקומענטן פֿון די אוקראַיִנישע אַרכיװן, װאָס זײַנען געעפֿנט געװאָרן פֿאַר פֿאָרשער דורך דער אוקראַיִנישער רעגירונג אין די 1990ער יאָרן. אין אוקראַיִנע האָבן פֿאַרן חורבן געוווינט בערך 60 פּראָצענט פֿון אַלע סאָוועטישע ייִדן און דאָ זענען געװען די צענטערס פֿון דער ציוניסטישער אַקטיװיטעט.
דאָס רוסיש־שפּראַכיקע בוך „די ציוניסטישע פּאַרטייען און אָרגאַניזאַציעס אין סאָוועטן פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן‟ איז כּולל מער װי פֿיר הונדערט דאָקומענטן פֿון פֿאַרשידענע סאָרטן. דאָס זײַנען פּאָליטישע פּראָגראַמען און פּראָקלאַמאַציעס פֿון ציוניסטישע פּאַרטײען און אָרגאַניזאַציעס, פּראָטאָקאָלן און רעזאָלוציעס פֿון זײערע צוזאַמענפֿאָרן און קאָנפֿערענצן, װי אױך געהײמע באַריכטן װעגן זײער טעטיקײט פֿאַר דער סאָװעטישער זיכערהײט־דינסט. אַזױ אַרום קען מען באַטראַכטן די געשיכטע פֿון צװײ שטאַנדפּונקטן, סײַ פֿון אינעװײניק און סײַ פֿון דרױסן, מצד דער סאָװעטישער מאַכט. אַזאַ מין טאָפּלטער שפּאַקטיװ האָט געפֿעלט די היסטאָריקער פֿונעם פֿריִערדיקן דור, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן צוטריט צו די סאָװעטישע אַרכיװן.
אין דער פּרטימדיקער הקדמה דערקלערט פּראָפֿעסאָר זיוה גלילי פֿון ראַטגערס־אוניװערסיטעט דעם אײגנאַרטיקן מהות פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן. פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע זײַנען די ציוניסטישע אידעען געװען פּאָפּולער צװישן פֿאַרשידענע שיכטן פֿונעם רוסישן ייִדנטום. די ציוניסטישע באַװעגונג האָט געהאַט פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע שטראָמען, פֿון דעם רעליגיעזן „מיזרחי‟ ביזן לינק־סאָציאַליסטישן „פּועלי־ציון‟. נאָך דער רעװאָלוציע האָבן ס׳רובֿ ציוניסטישע פֿירער פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, און ס׳איז געקומען אַ נײַער דור, װאָס איז געװען געשטימט סאָציאַליסטיש. זײ האָבן געגלייבט, אַז ציוניזם קאָן זיך צופּאַסן צום נײַעם סאָװעטישן רעזשים. אין די 1920ער יאָרן, שרײַבט גלילי, „זײַנען די ציוניסטן געװען גרייט אײַנצוזאַפּן כּלערלײ אידעאָלאָגישע השפּעות מצד דער סאָװעטישער פּאָליטיק‟.
די לעגאַלע און האַלב־לעגאַלע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען געװען טעטיק אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ביזן סוף–1920ער יאָרן, אָבער במשך פֿון אָט דער רעלאַטיװ קורצער צײַט האָבן זײ געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע פּאָליטישע קולטור. ניט געקוקט אױף זײער אַלגעמײנער סאָציאַליסטישער אָריענטאַציע, האָבן זײ געפֿירט הײסע טעאָרעטישע װיכּוחים װעגן זײערע צילן און אױפֿגאַבעס. די גרעסטע צװישן זײ איז געװען די סאָציאַליסטישע ציוניסטישע פּאַרטײ „צעירי־ציון‟, װאָס האָט געהאַלטן מאַרקסיסטישע פּאָזיציעס. זײ האָבן געגלייבט, אַז די קומעדיקע ייִדישע מלוכה אין ארץ־ישׂראל מוז אומבאַדינגט זײַן סאָציאַליסטיש. זײ האָבן געשטיצט דעם פּרינציפּ פֿון דער סאָװעטישער מאַכט, אָבער זײַנען געװען קעגן דער דיקטאַטור פֿון דער באָלשעװיסטישער פּאַרטײ.
עס איז מערקװירדיק, אַז די ניט־ייִדישע באָלשעװיסטישע פֿירער, אַפֿילו דער ראָש פֿון דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ „טשע־קאַ‟ פֿעליקס דזערזשינסקי, האָבן ניט געהאַלטן די סאָציאַליסטישע ציוניסטן פֿאַר אַ גרױסער סכּנה פֿאַרן סאָװעטישן רעזשים. דער הױפּטקעגנער פֿון די ציוניסטן איז געװען די „ייִדישע סעקציע‟ פֿון דער באָלשעװיסטישער פּאַרטײ, װאָס האָט קאָנקורירט מיט זײ אױף דער ייִדישער גאַס. אין די שטעטלעך האָבן די ציוניסטן צוגעצױגן „באַלעבאַטישע קינדער‟ פֿון די משפּחות פֿון קרעמער, מלמדים, כּלי־קודש וכדומה. צוליב זײער „קלײן־בירגערלעכן‟ אָפּשטאַם האָבן די דאָזיקע יונגע לײַט ניט געקאָנט װערן מיטגלידער פֿון די קאָמוניסטישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס. די ציוניסטן האָבן פֿאַר זײ געשאַפֿן אַ פֿרײַנדלעכע קולטורעלע און סאָציאַלע סבֿיבֿה. זײ האָבן זיך געלערנט עבֿרית, ייִדישע געשיכטע און פּאָליטישע טעאָריע, אויפֿן סמך פֿון דער תּורה פֿון בער באָראָכאָבֿ, דעם גרינדער פֿון דער מאַרקסיסטישער שיטה אין ציוניזם.
אַנדערש איז געװען די פּראָגראַם פֿון דער סאָציאַליסטישער ציוניסטישער פֿעדעראַציע „דרור‟. בײַ זײ איז דער עיקר געװען די אַנטװילקונג פֿון דער באַפֿרײַטער מענטשלעכער פּערזענלעכקײט מיט דער הילף פֿון דער פֿרײַער אַרבעט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין ארץ־ישׂראל. „דרור‟ האָט ניט געהאַלטן פֿון מאַרקסיזם און קלאַסנקאַמף. זײער רבי איז געװען דער רוסישער דענקער פּיאָטר לאַװראָװ (1823 – 1900), װאָס האָט אױך געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף ש. אַנ־סקין.
די דריטע אָרגאַניזאַציע איז געװען „החלוץ‟. איר ציל איז געװען הכשרה, דאָס צוגעגרײטן יונגע לײַט צו דער ערדאַרבעט. ביזן מיט–1920ער יאָרן האָט „החלוץ‟ געהאַט צװײ אײגענע לאַנדװירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין קרים. די סאָװעטישע מאַכט האָט דערלאָזט די דאָזיקע אַקטיװיטעט צוליב דער מאַטעריעלער שטיצע, װאָס זי האָט באַקומען פֿון דער אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּישער אָרגאַניזאַציע „אַגראָ־דזשױנט‟.
דער שפּראַך־ענין האָט געהאַט אַ היפּש חשיבֿות פֿאַר ציוניסטן. „די שפּראַכפֿראַגע איז אַ פּאָליטישע פֿראַגע‟, איז געשטאַנען אין דער רעזאָלוציע פֿונעם פֿערטן צוזעמענפֿאָר פֿון דער פּאַרטײ „צעירי־ציון‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין כאַרקעװ אין 1921. די רעזאָלוציע האָט דערקלערט, אַז „עבֿרית איז די אײנציקע ייִדישער שפּראַך, װאָס אַלע צװײַגן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָבן בשותּפֿות‟. װײַטער האָט מען געטענהט, אַז די ייִדישע פֿילשפּראַכיקײט איז אַ „פּלאָג פֿון דער גלות־קרענק‟, װאָס מען קען „אױסהײלן‟ בלױז אין דעם קומעדיקן ייִדישן אַרבעטער־ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל. ביז דעמאָלט האָט מען דערלאָזט און אַפֿילו דערמוטיקט ייִדן צו נוצן ייִדיש: „אָפּזאָגן זיך פֿון ייִדיש הײסט אָפּזאָגן זיך פֿון דירעקטע קאָנטאַקטן מיט די מאַסן‟. אַ װיכטיקער פּונקט פֿון דער ציוניסטישער פּראָגראַם איז געװען דער קאַמף פֿאַר דער אָנערקענונג פֿון ייִדיש װי אַ פֿולבאַרעכטיקטע שפּראַך אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
די בלי־תּקופֿה פֿון דער ציוניסטישער טעטיקײט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען צװישן 1920 און 1923. דערנאָך האָט די סאָװעטישע מאַכט בהדרגה גענומען דערשטיקן די ציוניסטישע אַקטיװיסטן. לכתּחילה זײַנען די רדיפֿות געװען רעלאַטיװ מילד. סך־הכּל דרײַ טױזנט ציוניסטישע טוער האָט מען דערלויבט צו עמיגרירן, און אַ צאָל פֿון זיי האָבן שפּעטער פֿאַרנומען חשובֿע פּאָזיציעס אין מדינת־ישׂראל. דער גורל פֿון די, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, איז געװען אַ ביטערער. לרובֿ זײַנען זײ אומגעקומען אין די לאַגערן און תּפֿיסות פֿונעם סטאַליניסטישן „גולאַג‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO