זיבן זאַכן וואָס מע זאָגט וועגן ייִדיש וואָס דערגייען מיר די יאָרןSeven things people say about Yiddish that drive me crazy
אַן אויסקלײַב פֿון די עם־האָרצישע זאַכן וואָס מענטשן זאָגן וועגן מאַמע־לשון און ווי מע קען אויף זיי ענטפֿערן.
ווי אַ ייִדיש־לערערין אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן, גאַנץ ווײַט פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, הער איך אָפֿט אויסטערלישע קאָמענטאַרן און פֿראַגעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך. וויל איך פֿאָרלייגן אַז צום נײַעם יאָר 2020 זאָלן מיר אַלע אָפּמאַכן בײַ זיך צו טאָן אַלץ וואָס מיר קענען צו באַגראָבן די פֿאַלשע השערות וועגן ייִדיש.
אָט זענען בלויז עטלעכע פֿון די זאַכן וואָס מענטשן זאָגן מיר ווען זיי הערן אַז איך בין אַ ייִדיש־לערער און ווי אַזוי איך האַלט אַז מע דאַרף ענטפֿערן דערויף:
„פֿאַר וואָס וואָלט עמעצער געוואָלט לערנען אַ טויטע שפּראַך?‟ אָדער „קיינער רעדט מער נישט קיין ייִדיש!‟
דאָס עם־האָרצות פֿון אַזאַ זאָג איז קלאָר ווי דער טאָג (אַגבֿ, האָט עמעצער שוין געלאָזט וויסן די חסידים איבער דער וועלט אַז זיי רעדן אַ טויטע שפּראַך?) אָבער אַפֿילו ווען דאָס וואָלט אמת געווען, וויל איך וויסן צי דער פֿרעגער וואָלט געשטעלט אַזאַ שאלה צו יענע פֿאָרשער און סטודענטן פֿון פֿאַרצײַטישן גריכיש און לאַטײַניש, אָדער צו די ביבל־פֿאָרשער וואָס לייענען אַלטע טעקסטן אויף לשון־קודש און אַראַמיש? דערצו לייענען ענגליש־רעדער איבער דער וועלט עד־היום שייקספּירס ווערק אויפֿן זעלבן פֿריִיק־מאָדערנעם עגנליש פֿונעם אָריגינאַל.
ווען מיר לייענען היסטאָרישע דאָקומענטן אויף ייִדיש העלפֿט עס אונדז בעסער פֿאַרשטיין די 11 מיליאָן ייִדן וואָס האָבן אַ מאָל געניצט דאָס לשון טאָג־טעגלעך, און זיך דערוויסן ווי אַזוי זייערע איבערלעבונגען און צרות זענען געווען ענלעך צו אונדזערע.
„ייִדיש איז אַזוי קאָמיש!‟ אָדער „ייִדיש איז אַזוי פֿילפֿאַרביק, בפֿרט אַלע קללות און באַליידיקונגען!‟
יאָ, אויף ייִדיש קען מען זײַן הומאָריסטיש און „פֿילפֿאַרביק‟, און מע קען אויך אויפֿפֿירן ערנסטע דראַמעס, קעמפֿן פֿאַר אַ שענערער בעסערער וועלט, איבערגעבן אינסרוקציעס אָדער באַשרײַבן אַ געשמאַק מאכל. אויב איר דערציילט אַ וויץ אויף ייִדיש, קען עס זײַן זייער קאָמיש אָבער די זעלבע קען מען זאָגן וועגן אַ גוטן וויץ אויף אַנדערע שפּראַכן. דאָס באַצייכענען ייִדיש ווי אַ רשימה פֿון קאָמישע אויסדרוקן איז אַ דערנידעריקונג פֿון דער שפּראַך.
„.ייִדיש איז אַזוי דעפּרימירנדיק!‟ דער קאָמענטאַר קומט אַ פּנים פֿון מענטשן וואָס ווייסן נאָר פֿון די ייִדישע לידער וועגן אָרעמקייט אָדער דעם חורבן אָדער די טרויעריקע וויגלידער
וועגן איינזײַטיקער ליבע אָדער לאַנג פֿאַרלוירענע קרובֿים. אַ שפּראַך קען אָפֿט אויסדריקט פּײַן און דערפֿון קען אַרויסוואַקסן קינסטלערישע ווערק. אָבער אַז מע פֿאָרשט אַ ביסל קען מען אויך געפֿינען פּרעכטיקע ייִדישע לידער און מעשׂיות וועגן נאַטור, ליבע און פּאָליטישע קאַמפֿן.
„איז נישט ייִדיש די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון מדינת־ישׂראל?‟
ניין. כאָטש עס זענען דאָ ישׂראלים וואָס רעדן ייִדיש איז עבֿרית די איינציקע אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון ישׂראל.
„ייִדיש איז בלויז אַ דיאַלעקט פֿון דײַטש‟ אָדער „ייִדיש איז בלויז אַ פֿאַרגרײַזטער דײַטש מיט אַ קרומער גראַמאַטיק‟.
נאָך אַ באַליידיקונג פֿון ייִדיש וואָס ס׳איז אַ שאָד צו פּטרן צײַט דערויף, נאָר אויפֿקלערן דעם בעל־דיבור מוז מען דאָך. קען מען דעריבער אים זאָגן אַז הגם ייִדיש און מאָדערן דײַטש האָבן בשותּפֿותדיקע עלעמענטן, אַרײַנגערעכנט גראַמאַטישע, און הגם אַ דײַטש־רעדער און אַ ייִדיש־רעדער קענען זיך, צום טייל, פֿאַרשטיין, זענען אַזוינע השׁגות דעסטרוקטיווע ווײַל זיי לייקענען אָפּ די רײַכקייט פֿון ייִדיש וואָס נעמט אַרײַן נישט בלויז דײַטשע ווערטער, נאָר אויך סלאַווישע, לשון־קודשדיקע, שוין אָפּגערעדט די אָן אַ שיעור מיזרח־אייראָפּעיִש־ייִדישע קולטורעלע רמזים וואָס אַ געוויינטלעכער דײַטש־רעדער וואָלט בכלל נישט פֿאַרשטאַנען.
„ניצט איר דעם ייִדישן אַלף־בית אין אײַערע קלאַסן?‟
יאָ. פֿאַר די אָנהייבער אין אַ ייִדיש־קלאַס און לטובֿת דעם ברייטן עולם בײַ אַ ייִדישן זינגערײַ, איז כּדאַי אויסצוטיילן אַ טעקסט אויף לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע אָבער אין לעצטן סך־הכּל דויערט אַ סך ווייניקער צײַט אַז די סטודענטן זאָלן זיך אויסצולערנען דעם אַלף־בית ווי עס נעמט אַ ייִדיש־לערער צו שאַפֿן מאַטעריאַלן אין לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע. אַחוץ דעם, ווען אַ סטודענט לערנט זיך אויס דעם אַלף־בית, עפֿנט זיך פֿאַר אים אַ וועלט מיט היסטאָרישע און ליטעראַרישע טעקסטן וואָס ער קען לייענען און געניסן דערפֿון.
פֿאַר וואָס וואָלט עמעצער זיך פֿאַראינטערעסירט אין אַ ייִדיש־קלאַס ווען עס זענען דאָ אַזוי פֿיל אַנדערע זאַכן וואָס מע קען זיך גיין לערנען? נו, אויף אַזאַ קלאָץ־קשיא זאָג איך שוין
פּשוט: „גענוג שוין. גייט אײַך געזונטערהייט!‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO