Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם מערקט אָפּ 75 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץYiddish radio show commemorates 75th anniversary of Auschwitz’s liberation

דרײַ ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם טרויעריק־באַרימטן לאַגער גיבן איבער זייערע זכרונות.

די וואָך איז געוואָרן 75 יאָר זינט די סאָוועטן האָבן באַפֿרײַט אוישוויץ. כּדי צו באַערן די קרבנות פֿונעם חורבן און די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום, האָבן אַ צאָל פּרעזידענטן, פּרעמיערן און דיפּלאָמאַטן פֿון צענדליקער לענדער זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ צערעמאָניע בײַם „יד־ושם‟ אין ירושלים. דערצו וועלן 200 ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן דעם 27סטן יאַנואַר זיך באַטייליקן אין אַ צערעמאָניע אינעם אוישוויצער מוזיי, פֿאַרן טרויעריק־באַרימטן טויער מיטן אויפֿשריפֿט „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟.

איינער פֿון די ייִדן וואָס פֿאָרט אויף דער צערעמאָניע, דוד לענגאַ, האָט די וואָך גערעדט אויף דער באָסטאָנער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟ וועגן זײַן לעבן און פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין אוישוויץ בכלל. אַ צווייטע לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ מאַרטעלע פֿרידמאַן, האָט אויף דעם ספּעציעלן קאַפּיטל פֿון „דעם ייִדישן קול‟ געזונגען אַ ריי לידער וואָס זי האָט זיך געלערנט ווי אַ קינד אין גרױס־קיניאַט. צוזאַמען מיט די צוויי אינטערוויוען האָט מען אויך טראַנסמיטירט אַן אינטערוויו מיט ישׂראל אַרבײַטער, וואָס האָט אין 2005 גערעדט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם וועגן זײַנע איבערלעבונגען אינעם טרויעריק־באַרימטן לאַגער און זײַנע זכרונות פֿון דער באַפֿרײַונג.

כּדי זיך צוצוהערן צו דער פּראָגראַם, קוועטשט דאָ.

פּונקט אַזוי ווי מיט אַמערקיאַנער וועטעראַנען אויף די צעראָמאָניעס פֿאַראַיאָרן אָפּצומערקן 75 יאָר זינט דער אַמעריקאַנער אַרמײ האָט געלאַנדעט אין פֿראַנקרײַך, האַלט מען, אַז דאָס איז מסתּמא דער לעצטער קײַלעכדיקער יובֿל, ווען די מענטשן וואָס זענען אַליין געווען אַן עדות פֿונעם חורבן קענען נאָך זײַן דערבײַ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.